די שפיץ איז, זיי ווילען האבען די אויבערהאנט אויף די פיקטשערס, זיי לויפען צו אלע מאגעזינען און קאלערינג בוקס זעכער מאכען אז זייער שפילער ליגט יעדע וואך אויף די פראנט פעידשעס, ווען זיי זעען אז איינער קען חלילה געוואויער ווערען אז זיין קליינע ברודער האט מער מענטשען פון דעם פיקטשער רבי, ווערען זיי זייער ווילד און פארלוירען
נשלח ב-27/12/2011 21:18
איינער זעט דא א בילד פון רבין?
נשלח ב-27/12/2011 21:15
אפילו פאר נארפאקטען שטערט נישט אז עימיצער לייגט פיקטשערס פון רבין, ער פלאצט פשוט צוזעענדיג אונזער וואוקס, אבער דעס דארף טאקע ווערען אינפארסט, פיקטשערס פון די בית מדרש, פון די עולם פיין אקעי, אבער נישט פון רבין
נשלח ב-27/12/2011 17:57
וויכטיגע מעלדונג • נייע תקנה אויפ'ן פארום
די הנהלה פון 'אידישע געדאנק' האט ערהאלטן — אינאיינעם מיט די אנדערע מנהלים און אנפירער פון אידישע צייטונגען און בילדער מאגאזינען — א בריוו פון בית כ"ק האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א, אונטערגעשריבן פערזענליך פון משב"ק הר"ר שמואל טייטלבוים, וואו מען בעט בכל לשון של בקשה צו ערפילן דעם רצון און באגער פון כ"ק האדמו"ר שליט"א נישט צו פארעפענטליכן זיינע בילדער וויבאלד דאס איז למורת רוחו.
אין ליכט פון דער בקשה, וכדי לכבד את רצון קדשו פון א מנהיג ישראל, טוט די הנהלה מעלדן א נייע תקנת המקום, און עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו פאוסטן אויף דעם פארום קיין שום בילדער פון האדמו"ר מסאטמאר באיזה צורה ואופן שיהי'.
די הנהלה וועט מהיום והלאה שטרענג פארסירן די נייע תקנה. א ניק וואס וועט דערויף עובר זיין וועט אויסשטיין צו פארלירן רשות כתיבה אויף אייביג.
המהדרין בשם די הנהלה
_________________
נשלח ב-27/12/2011 16:55
רב איינסאטמאר ביטע אינזין האבן די דזשעי נעט באנוצער יישר כוחכם