ב"ה היינט איז ר' חיים יוסף נידערמאן שליט"א
בן כבוד הרבני העסקן במסירות נפש לכלל ישראל
הרב החסיד ר' משה דוד נידערמאן שליט"א
געקומען דאס ערשטע מאל אין בית המדרש
ער האט גומל געבענטשט בשם ומלכות
הרב אלעזר האראוויטץ שליט"א האט געמאכט א סיום משניות לכבודו
און דער ציבור איז ארויס מיט עקזעסטאט
געשפרינגען אין די לופטן און געזינגען חסדי ה'
געטרינקען לחיים
און אים אנגעווינטשן עמוע"ש
