די היינטיגע אימעיל
היט דיינע אויגן - האנטבוך
דינסטיג פרשת ויגש, ב' דר"ח טבת, ז' דחנוכה תשע"ב לפ"ק
צו דאונלאדען דעם גאנצן האנטבוך דרוקט דא
אימעל #59
עצה #9 (המשך)
דין וחשבון פאר אנדערע (המשך)
איז דען פאראן צווישן אונז איינער וואס קען זאגן אז ער איז שטערקער פון רב עמרם? מיר זענען אויסגעשטעלט צו נסיונות יעדן טאג, מיט איין קליינעם ריק פון קאמפיוטער-מייזל, קענען מיר אנקומען צו די גרעסטע נסיונות! אויב האט ר' עמרם פארשטאנען אז נאר דורך די הילף פון אנדערע מענטשן וועט ער קענען בייקומען דעם נסיון, דארפן מיר דאס זיכער האבן כדי צו קענען מצליח זיין אין זיך ארויסברעכן פון דעם אדיקשאן. מיר מוזן אויך האבן איינעם ארום אונז, וואס זאל אונז הערן שרייען "פייער"! ווען מיר שפירן זיך שוואך, מיר מוזן האבן איינעם פאר וועמען מיר זאלן אלעמאל פארציילן אונזערע דורכפעלער און דאס וועט אונז ברענגען צו פאראנטווארטליכקייט.
מיר קענען פרובירן צו טרעפן א נאנטער חבר אדער א רבי, פאר וועמען מיר האבן רעספעקט, און מיר זאלן אים מיטטיילן אונזער נסיונות. מיר דארפן זיכער מאכן צו האלטן א שטענדיגע קשר מיט אים, און אים כסדר איינמעלדן וואו מיר האלטן און צי מיר האבן שוין געמאכט עפעס פארשריט זיך צו פארבעסערן.
כדי די עצה זאל האבן א גוטע ווירקונג אויף אונז, מוזן מיר זיין הונדערט פראצענט אמת'דיג און מיר מוזן זיין זייער אפן מיט אונזער שותף. מיר מוזן אים אלעמאל פארציילן ווען מיר זענען דורכגעפאלן, און אט די בושה וואס מיר וועלן שפירן דאס צו פארציילן דאס וועט זיין פאר אונז אן עונש, און עס וועט אונז העלפן זיך צו האלטן ריין די קומענדיגע מאל וואס מיר שטייען פאר א נסיון.
מיר קענען אויך מאכן א קשר מיט איינעם וואס האט אויך דער נסיון, און זיך געבן חיזוק און עצות איינער פאר'ן צוויייטן. עס וואלט זיייער גוט געווען ווען מיר זאלן האבן א שמועס מיט אונזער שותף איינמאל א טאג, דורכ'ן טעלעפאן אדער דורך אי-מעיל. מיט די צייט ווען מיר וועלן שוין האלטן פאראויס און מיר וועלן שוין זיין ריין פאר א לענגערע צייט, וועלן מיר זיך קענען ערלויבן צו איבערגעבן אונזער באריכט בלויז פון צייט צו צייט.
אויב אונזער פרויען ווייסן איבער אונזערע נסיונות, קענען זיי זיין אונזער בעסטע שותף, מיר זאלן דארפן פאר זיי געבן א דין וחשבון איבער אונזערע מעשים. דאס האט אויך א געוולאדיגע מעלה, ווייל ווען מיר וועלן זען זייער ווייטאג אז מיר זענען דורכגעפאלן, וועט דאס לייגן אויף אונז א שטארקע דרוק זיך צו האלטן ריין.
אויב אונזער פרויען ווייסן נישט דערפון, וועט פאר אונז זיין גוט אויב מיט דער צייט וועלן זיי אויסגעפינען דערפון. טראצדעם וואס עס איז זייער פיינפול פאר א פרוי אויסצוגעפינען איבער די נסיונות פון איר מאן, וועט דאס אבער למעשה זייער אסאך ארויסהעלפן צו לייזן דעם פראבלעם. חוץ וואס דאס וועט אונז ברענגען צו א שטארקע פאראנטווארטליכקייט, איז אלץ בעסער ווען עס איז נישט פאראן קיין שום סודות צווישן מאן און פרוי.
אלנפאלס, דאס זאל ווערן געטון בלויז דערנאך וואס מיר האבן שוין גענומען ערנסטע שריט זיך אויסצוהיילן און מיר האבן שוין געמאכט היבש פארשריט. אויך איז בעסער אז דאס זאל געטון ווערן פארזיכטיג און גוט צוגעגרייט, און דאס בעסטע וואלט געווען אויב דאס ווערט געטאן צוזאמען מיט א טעראפיסט אדער רב, וואס וועט קענען קלאר פארשטיין געבן פאר די פרוי אונזער אדיקשאן און וועט אונז געבן די ריכטיגע הדרכה אויף ווייטער.
צו בּאקומען די אימעילס שיקט א אימעיל צו [email protected]
 |
|
|