בית שמש פלאקערט: פרייע קעגן פרומע
יעצט ווען מיר זענען דורך די הייליגע חנוכה טעג ווי יעדעס קינד ווייסט אז ס'אזי געווען א מערכה צווישן די יוונים מיט די הילף פון די מתיוונים קעגן די ערליכע אידן וואס האבן מיט מסירות נפש זיך געהאלטן צו רצון ה', על של עתה באנו, בימים ההם בזמן, ס'שפילט זיך יעצט איבער אן ענליכע ענין אין די עיר ואם בישראל רמת בית שמש...
ווער ס'האלט מיט אביסל ווי די פרייע פירן שוין א ביטערע שטילע און אזא שטילע קריג קעגן די פרומע וואס מערן זיך אין בית שמש ווי שוועמל נעבן ים, ציילנדיג היינט טויזנטער ערליכע פרומע משפחות כ"י פון אלע שיכטן און קרייזן, און זיי קענען דאס נישט אויסהאלטן, און הגם די פרומע האבן אויפגעבויט א געגנט פאר זיך, און זיך נישט אויסגעמישט מיט די לינקע און פארדארבענע, האבן זיי דעם פראבלעם וואס פרעה אין מצרים האט געווייטאגט, פן ירבה...
צו די פרייע שונאי הדת האט זיך צוגעשטעלט די פסולת פון כלל ישראל האלב פרייע און אינגאנצן מאדערנע, און ברענען די פיס פון די פרומע אויף טריט און שריט, זיי האבן אריינגעברענגט לעצטנס די פרייע פרעסע צו דעקן יעדע געשעעניש, און ווי באוואוסט זוכט די פרעסע צו באשמירן די חרדים ווי נאר מ'קען, און לעצטנס האט זיי צוגעשפילט אין די הענט א סצענע וואס זיי טענה'ן אז א אינגערמאן האט געשפיגן אויף א אכט יעריג מיידל וועלכע איז געגאנגען אין סקול, והעיר בית שמש מעלה שלהבת..
 |
|
|