בית פורומים אידישע געדאנק

ק"ק סאטמאר לאנדאן אנטפאנגט געהויבענע געסט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2011 04:45 לינק ישיר 
ק"ק סאטמאר לאנדאן אנטפאנגט געהויבענע געסט!

לאנדאן. — ק"ק סאטמאר בעיר הבירה אנטפאנגט דעם ערב שבת קודש געהויבענע געסט וועלכע זענען געקומען אפרעכטן א גרויסארטיגן אפיעל פאר'ן סאטמארער תל תלפיות וגולת הכותרת: ישיבה גדולה ד'סאטמאר.


עס קומען א צאל חשוב'ע עסקנים וחברי הנהלה, אין שפיץ פון לעגענדארן סאטמארער וויצע-פרעזידענט, החסיד המרומם מו"ה שאול פערלשטיין הי"ו, וועלכער איז געשעצט און רעספעקטירט צווישן רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בכל קצוי תבל, אלס דער הוא הגבר הוקם עול, וואס שטייט אין שפיץ פון דער וועלטס גרעסטער חסידישער קהלה מיט מסירת נפש.

על צבאם איז מיטגעקומען הגאון הגדול המפורסם, דולה ומשקה מתורת מרן רבינו הק' זי"ע, הגאון רבי מנשה פילאפף שליט"א, מו"ץ בקהל יטב לב ברוקלין, מח"ס פרשת הכסף. דאס קומען פונעם חשוב'ן דיין ומגיד מישרים שליט"א איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס שפאנונג פון אלע שלומי אמוני ישראל תושבי העיר, צו וועמען ס'האט שוין געגרייכט שמו הטוב פונעם געהויבענעם גאסט, איש חי ורב פעלים לתורה ולתעודה, גדול בתורה ובמעשים.

עס איז ערווארט אז סאטמארער חסידים וועלן גיסן מיט ווארימע שטיצע פאר דעם מעכטיגן בית אולפנא רבתי, די וועלט גרעסטע חסידישע ישיבה, מיט אירע 900 תלמידים בלי עין הרע, וואס אין אנבליק פונעם איבערנאכטירליכן און אומגלויבליכן וואוקס איז מען געווען געצוואונגען צו פארגרעסערן און פארברייטערן אין אלע ווינקלען, אזש מ'לערנט שוין היינט אין צייטווייליגע קאראוואנען.

עס איז ערווארט געהויבענע טעג אין עיר הבירה לאנדאן!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 05:30 לינק ישיר 

אמיגא אמיגא דאס אלעס איז שוין באשריבן אין דער איד, ברענג אויך די ווייטערדיגע אפדעיטס ביטע. א דאנק אייך, גראסיאס!

תוקן על ידי סעלפאן ב- 30/12/2011 05:31:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ק"ק סאטמאר לאנדאן אנטפאנגט געהויבענע געסט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext