בית פורומים אידישע געדאנק

קארל: "דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2012 23:28 לינק ישיר 
קארל: "דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל

עס איז נישט מער ווי יושר אז אונזערע חשובע חברים דא זאלן אויך מעגן אויסדריקן זייער רעספעקטירטע מיינונג איבער קארל'ס פראגע, וז"ל:
________________

"דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל
דורך קארל » זונטאג ינואר 01, 2012 1:08 am

איך וויל וויסן צו די צייטונג "דער איד" איז אויסגעהאלטן אריינצוברענגן אין א באבובער שטוב.

די מעשה איז אזוי, א גרויסער היימישער ציבור נעמט דאס אריין אין שטוב, מיינע קינדער און איידעמער בארגן כסדר פון די שכנים אלטע סחורה, זיי ווילן עס אבער אליינס באקומען געהעריג יעדע וואך.

נאכן אריינקוקן אביסל אין די זאך, זע איך אזוי:

די מעלות פון דעם: עס איז אויף א הויכע ניווא, גראמאטיש און זשורנאליסטיש איז עס העכער ווי אנדערע ליין מאטריאל וואס איך האב געזען אין אידיש (חוץ אפשר מעלות), עס איז ממאס הבלי עולם הזה, לוקסוס, מאדע, איז גאר מחשיב עניני רוחניות, תורה, צניעות, תפלה וכו' [אקארשט האב איך געזען אן ארטיקל קעגן אינטערנעט - ווי א בעל השקפה איז מסביר וויפיל ס'שאדט – ס'איז געווען אן ארטיקל וואס איך האב זיך באלעקט די פינגערס].

און די הויפט מעלה אז ס'איז ציענד, מ'גלייכט עס צו ליינען, רייכע עלאקוואנטע שפראך, הערליכע גרעפיקס, וכו'.

די חסרונות זענען 2: 1) מחלוקת, 2) קנאות. 

בנוגע מחלוקת, איז אויסגעהאלטן פאר אן עכט באבובער שטוב אריינצוברענגען אן אויסגאבע וואס איז פול מיט מחלוקת אויף א קביעות'דיגן פארנעם? וואס וואלט דער רב ז"ל געזאגט צו אזא ערשיינונג? וואלט ער געזאגט ענדערש זאל מען גארנישט ליינען, אדער אז וויבאלד ס'איז נישט דא נאך אזאנס אין די אידישע שפראך, מעג מען?

בנוגע קנאות: אין די צייטונג ווערט כסדר פארדאמט די גדולי האגודה וועלכע זענען ווי באקאנט ביי אונז געווען שטארק געשעצט. עס שטייט כסדר אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט פון דער מדינה, און די וואס נעמען יא געלט ווערן כסדר אוועקגעמאכט און באזידלט, בו בזמן וואס ביי אונז האט מען יא געהאלטן פון נעמען. נו, מעג מען אזאנס פארקוקן? אדער אז וויבאלד די שרייבערס זענען פון די חדר האוסרי הבחירות, וכידוע האבן זיי גאר א אנדערע קוק אויף דער מדינה און די גאנצע ארום, אזוי ווי מ'זעט קלאר ביי אלע לעצטערע מערכות [תכנית הליבה, קברים, מרידה באובאמא וכו'] טאר מען נישט לייענען זייערע זאכן.
אבער, מאידך גיסא, עס איז גוט [פילע זאגן אז עס גיט זיי א BOOST נאך אן אנגעשטרענגטע טאג], און א גרויסער היימישער עולם האט עס שוין (ובתוכם פון גאר אגודיסטישע שטיבער).

וואס האלט איר?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2012 01:32 לינק ישיר 

חמץ גמור; וואס איז די אויסברוך?

קענסטו דען נישט קארל פון אייוועלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 00:08 לינק ישיר 

אויב האט איר יא געליינט דער איד (לויט ווי איר זענט אליינס מעיד אויף זיך) קענט איר מיר אויפקלערן ווי איר האט געטראפן "מחלוקות"?

בנוגע קנאות קען איך אייך נישט ענטפערן ווייל ביי אונז איז קנאות אקוראט אזוי הייליג און וויכטיג ווי אין סאטמאר, מאידך גיסא קענט איר נעמען א ראיה און הוכחה פון די אגודיסטישע רבנים וואס ווערן לויט אייערע וועטער אינטערגעריסן. אויב לדוגמא האט איר געמיינט וויזניץ (אגב האט איך קיינמאל נישט געזען דער איד זאל אינטערייסן וויזינץ פערזענליך, די קנאות ווערט געמאכט בכלליות אדער קעגן חברי כנסת וכדו', נישט אויף ספעציפישע רבנים) האב איך פאר אייך נייעס אז וויזניץ בכבודם ובעצמם לאזן זיך באשרייבן זייערע נייעסער אין דער איד און זיי שטיצן דער איד מיט עדווערטייזמענטס. וכדו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קארל: "דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext