קארל: "דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל
עס איז נישט מער ווי יושר אז אונזערע חשובע חברים דא זאלן אויך מעגן אויסדריקן זייער רעספעקטירטע מיינונג איבער קארל'ס פראגע, וז"ל: ________________
"דער איד" פון א באבובער קוק-ווינקל דורך קארל » זונטאג ינואר 01, 2012 1:08 am
איך וויל וויסן צו די צייטונג "דער איד" איז אויסגעהאלטן אריינצוברענגן אין א באבובער שטוב.די מעשה איז אזוי, א גרויסער היימישער ציבור נעמט דאס אריין אין שטוב, מיינע קינדער און איידעמער בארגן כסדר פון די שכנים אלטע סחורה, זיי ווילן עס אבער אליינס באקומען געהעריג יעדע וואך.נאכן אריינקוקן אביסל אין די זאך, זע איך אזוי:די מעלות פון דעם: עס איז אויף א הויכע ניווא, גראמאטיש און זשורנאליסטיש איז עס העכער ווי אנדערע ליין מאטריאל וואס איך האב געזען אין אידיש (חוץ אפשר מעלות), עס איז ממאס הבלי עולם הזה, לוקסוס, מאדע, איז גאר מחשיב עניני רוחניות, תורה, צניעות, תפלה וכו' [אקארשט האב איך געזען אן ארטיקל קעגן אינטערנעט - ווי א בעל השקפה איז מסביר וויפיל ס'שאדט – ס'איז געווען אן ארטיקל וואס איך האב זיך באלעקט די פינגערס].און די הויפט מעלה אז ס'איז ציענד, מ'גלייכט עס צו ליינען, רייכע עלאקוואנטע שפראך, הערליכע גרעפיקס, וכו'.די חסרונות זענען 2: 1) מחלוקת, 2) קנאות. בנוגע מחלוקת, איז אויסגעהאלטן פאר אן עכט באבובער שטוב אריינצוברענגען אן אויסגאבע וואס איז פול מיט מחלוקת אויף א קביעות'דיגן פארנעם? וואס וואלט דער רב ז"ל געזאגט צו אזא ערשיינונג? וואלט ער געזאגט ענדערש זאל מען גארנישט ליינען, אדער אז וויבאלד ס'איז נישט דא נאך אזאנס אין די אידישע שפראך, מעג מען?בנוגע קנאות: אין די צייטונג ווערט כסדר פארדאמט די גדולי האגודה וועלכע זענען ווי באקאנט ביי אונז געווען שטארק געשעצט. עס שטייט כסדר אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט פון דער מדינה, און די וואס נעמען יא געלט ווערן כסדר אוועקגעמאכט און באזידלט, בו בזמן וואס ביי אונז האט מען יא געהאלטן פון נעמען. נו, מעג מען אזאנס פארקוקן? אדער אז וויבאלד די שרייבערס זענען פון די חדר האוסרי הבחירות, וכידוע האבן זיי גאר א אנדערע קוק אויף דער מדינה און די גאנצע ארום, אזוי ווי מ'זעט קלאר ביי אלע לעצטערע מערכות [תכנית הליבה, קברים, מרידה באובאמא וכו'] טאר מען נישט לייענען זייערע זאכן.אבער, מאידך גיסא, עס איז גוט [פילע זאגן אז עס גיט זיי א BOOST נאך אן אנגעשטרענגטע טאג], און א גרויסער היימישער עולם האט עס שוין (ובתוכם פון גאר אגודיסטישע שטיבער).וואס האלט איר?
 |
|
|