בישות: 4 יאר שפעטער, מ'אפעלירט ווידער צו קומען צום טיש
מ'האלט שוין 4 יאר זינט דער פה מפיק.. נפתלי בלומענפעלד האט זיך אויפגעשטעלט בשליחות פין זיינע בעה''ב צו אפעלירן פאר די בחורים אז מ'זאל אנהייבן צו קומען צום טיש פאר די נקודה פין די פראפאגאנדע/רעבעזיכרוינעליווראכע
אין מ'האלט נאך ביי א'....
טראץ וואס די היידפארק קאלקעלעיטאר גייט יערליך אויף מיט די ציפערן וויפיל בחורים לערנען אין קווינס
אזש זיי דמיונ'ן אז זיי אין די לעצטע פאר יאר זענען געבוירן געווארען פרישע 1000 סאטמערע בחורים
זענען אבער די טישן אין ראדני ביים אלטען - אויב נישט ארגער
חנוכה האט מען נאך דורגעשטיפט, מ'האט אויסגעשטעלט די טיש די בעסטע וואס מ'קען
ציגעמאכט די בית שני אין געלייגט פארענטשעס נאר אויף צפון אז די בילד זאל כאטשיג געלונגן
מ'האט באשטעלט יעדע נאכט מעיזשער חזנים, אין אראנזשירט די גרעסטע כאר (30 קינדער)
געשיקט יעדען טאג אימעיל'ס אין טוויטער מעסעזשעס צו רופן אין רייצן דעם עולם מ'זאל קומען
דאס האט כאטשיג עפעס געהאלפן אויף ביז די תורה, (דארט פירט מען זיך אז מען לויפט ארויס ביי די תורה....)
אבער ס'קומט שבת ביי די טישן
ווערט ער צירוק דעם פורים רבי פין שטאט,
די ביסל אנגעגרייטע בענק שטייען ליידיג,
כ''א כסליו האט מען געמאכט אין פרדס א מעכטיגע שבת התוועדות פאר אלע קווינס בחורים
אין נאך די סעודה האט יעדער געדארפט אריבערגיין אין ראדני צום טיש (ווייל רבינו שליט''א איז געווען אויף שבת אין וומ''ס..)
אזוי איז כאטשיג געווען בחסד קעגן א געווענליכע שבת
די נאכפאלגאנדע שבת חנוכה (איז דאך רבינו שליט''א ווידער דא געווען) האט מען ארומגעהאנגען צעטליך אין אלע זייערע שולן
צו רופן דעם עולם צו טיש,
ווי מ'האט געשריבן אז מ'וועט צושטעלן ספעציעלע פלעצער ביים טיש פאר די בחורים ''אין מ'וועט זינגען ספעציעל ניגונים לכבוד חנוכה'' (די צעטליך זענען געהאנגען אין אלע שולן לעין כל)
אבער ווי עס קוקט אויס זענען די בחורים צירוק אין די לעכער
פאריגע וואך איז עס געגאנגען א שטאפל ווייטער
מ'האט מען אנגעהויבן א ספעציעלע 'פנימי' קאמפיין אין קווינס מ'זאל אנווערעמען די בחורים צו קומען צום טיש
מ'האט געהאגען אין קווינס מאפעס מיט אלע מיני פראפאגאנדע פאר די בחורים מ'זאל קומען צום טיש
אבער דערווייל בלייבט אלעס ביים אלטען
זיי קענען גיט זייער שטריק, אין האבען בעסער וואס צו טוהן אין די ווינטערדיגע שבתים..
די וואך שבת האט זשיגאן נישט געהאט קיין 20 שטריימלעך ביים טיש
בעיני ראיתי
א לאזער איז נישט דאס ווארט
נשלח ב-2/1/2012 21:05
קעציל כתב:
אמאל פלעגן די ארונים אריינקומען אין ראדני קוקן און לאכן ווי ר' זלמן לייב פירט טיש הארט נעבן פאליש און ניטאמאל 3 שורות טישן האט מען נישט געקענט אנפילן,
אין היינט וויפיל שירות איז דא?
מ'דארף זיך בעטן ביי די בחורים צו קומען
ער פילט ניטעמאל אן די מינימום, ווער רעדט נאך פין די תורה....
תוקן על ידי היראים ב- 02/01/2012 21:06:06
נשלח ב-2/1/2012 21:00
גרוינים כתב:
סטראבערי ביי אונז קומט מען ביי די תורה בעיקר איז די ברכה האבן שוין ארום 2000 אידן געהערט דארנעשטאג ביי די נירות און מוצש"ק ובפרט ווען אסאך האבן די חנוכה סעדות איז א גרויסער עולם אנגעקומען שפעט
נו איז וואס ווילסט דיך מחק זיין נייס טריי אבער אויב ווילסטו פאקטן ווייסטו אויך וויפיל טויזנטער אידן זענען צמאים למאור רבם שליט"א און ביי וועם מקומט צו חשוף אדער פאר די פיקטשער
איך ווייס נישט פארוואס מ'ענטפרט זיי
מיין גרעסטע הנאה צו זעהן ווי די אמת שטעכט אין פנים
מ'האלט שוין ביים וויפילטען פראפאגאנדיסט צו ברענגן דעם עולם צום טיש (שטויבער, ראטער, רוטנער, שטערנבערג, קרויס, וכו' אין יעצט דאסקאהל...)
מ'האט שוין אפילו אויפגעשטעלט די מנהל מיט א הייליגע ערקעלרונג צו ברענגן די בחורים צום טיש
מ'האט שוין געטוהן אלע קינדערישע מהלכים טראץ די בישות וואס ס'האט געברענגט
אין מ'האלט אין ערגעץ נישט
אפגערעדט פין די יומא דפרגרא'ס ווי די הקפות אא''וו, ווי די בישות שרייען ביזען הימעל טראץ אלע שטוק אין טייל פעקלעך פאר די קינדער כו'
קומט אינזער באליבטער סטראבערי אין לייגט בילדער פין די עולם פאר די רבי שליט''א איז אריינגעקומען......
כ'האב נישט געהאלטן די קווינס בחורים פאר אזעלכע שוטים
אדער פין 'מוצש''ק' (ווען די רבי זאגט נישט קיין פילפול - אויב געדענק איך גיט)
כאילו ס'איז א פארמעסט...
די זיסטע איז צו זעהן ווען זיי ווערן ווילד אין עפנען גלייך א קאנטער אשכול מיט זייערע זיסע אויסבראכען
(זייער לעצטע אויסבראך נאך יעדע ציפעדיגע נייעס - א קאנטער אשכול מיט ספינעריי)
ווי זיי זענען מסביר אז די סיבה פארוואס די רבי איז מקפיד צו עסן מיט די בחורים איז ווייל אנדערש וואלטען זיי נישט געקומען צום טיש.....
נו, כ'האב זיי נישט אינטערגעשאצט,
אמאל פלעגן די ארונים אריינקומען אין ראדני קוקן און לאכן ווי ר' זלמן לייב פירט טיש הארט נעבן פאליש און ניטאמאל 3 שורות טישן האט מען נישט געקענט אנפילן, אבער עס האט נישט גענומען קיין סך צייט און די עולם האט אנגעהויבן איינזעהן אז ר' אהרן איז בטבע א שלעכטער מענטש, די עולם האט זיך פשוט פארעקלט פון ר' אהרן, סוף איז געווען אז רובא דרובא סאטמארע חסידים האבן זיך צוגעשטעלט צו די ממלא מקומו פון מרן בעל ברך משה זצ"ל.
היינט צוטאגס ווער עס קוקט מיט די פליישיגע אויגן די אמת'ע פאקטן, און גייט אריין אין די סאטמארע ביהמ"ד אויף ראדני סט. וועט זיך אים אנטפלעקן ווי פילע חסידים פילן אן דעם ביהמ"ד הן ביי די תפילות, הן ביי די טישן, שוין אפגערעדט ביי א יומא דפגרא און שמחות.
פרייטיג צונאכטס ווער עס געדענקט די לעכטיגע טישן פון אונזער הייליגע רבי בעל ברך משה זצ"ל פרייטיג צונאכטס די ווארימע זמירות "שלום עליכם" דערנאך די פירות טיש, די אז ביום השביעי ווען מען האט געענדיגט פלעגן הונדערטער בחורי הישיבה אהיימבאגלייטן די רבי ז"ל דארט ווי ממלא מקומו רבינו שליט"א וואוינט זייט ער האט איבערגענומען די כתר הנהגה.
אבער ווען מען גייט אריין אין די ווייסע שוהל אין קרית יואל אדער אין די ווייסע שוהל אויף הופפער דאן אנטפלעקט זיך א אנדערע בילד: אנשטאט מען זאל זעהן אינגעלייט און בחורים זינגען מיט מיטן פארפלאמטע ר' אהרן די ווארימע זמירות, זעהט מען דארט נאר בחורים וואס זענען פארנומען זיך אנגרייטן די חריף און קאל-סלאו, די מער פרימערע לויפן ארויסריקן די בילקעלעך פון די שכן'ס ....חלה דעקל ווייל מען דארף דאך לחם משנה... דערנאך ביים סעודה - איך זאג סעודה ווייל דאס איז אויסדריקלעך נישט קיין טיש ווען מען קומט צו די בחורים'ס טיש - ווען מען ענדיגט די פיש פליען שוין די קאווערס פון די גרעיפ דזשוס איבער די גאנצע שוהל, ביים הויעכפונקט פון די סעודה ווען רא"ט הייבט אן זיין פאני תורות לויפן שוין אלע בחורים ארויס טרינקן ביר.
דאס איז אלעס טראץ נאך עטליכע יאר וואס די בלאט האט געשריבן אז ענדליך קומען צוריק די ליכטיגע צייטן פון פירן טיש פרייטיג צונאכטס, ממש אזוי ליכטיג ווי בעל שם טוב.