בית פורומים אידישע געדאנק

צייטונג לעבער לעבן פון שמואל חיים'ס מעשיות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2012 02:35 לינק ישיר 
צייטונג לעבער לעבן פון שמואל חיים'ס מעשיות

די וואס לעבן פון צייטונגען (ליין=אהרוינים) און די צייטונגען (ליין פרייע און מאדערנע צייטונגען) לעבן פון שמואל חיים פאפנהיים'ס בלאף.

שוין עטליכע מאל וואס די עדה און תולדות אהרן האבן אפען דערקלערט אז שמואל חיים פאפנהיים פארטרעט זיי נישט און האט נישט קיין רעכט צו רעדן אין זייער נאמען, אבער די פרייע און מאדערנע צייטונגען קויפן ווייטער זיינע לאקשן כאילו וואס ער פארקויפט אין נאמען פון די עדה אדער תולדות אהרן איז יא אמת

הכחשה פון די עדה אז שמואל חיים פאפנהיים איז זייער ווארט זאגער
http://www.bhol.co.il/ArticlePrint.aspx?id=10117

הכחשה פון תולדות אהרן
http://www.bhol.co.il/ArticlePrint.aspx?id=13096

און אלס א קאמפאט פאר די וואס ווייסן נישט ווער דער פאפנהיים איז

 







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 02:46 לינק ישיר 

קוים ארויפגעשטעלט און שוין ערהאלטן אין אישי א בקשה אביסל מער מפרט צו זיין.

די צייטונגען וואס שטיצן די העצע קעגן די פרומע האבן אריינגעשטעלט א נייעס אז "שמואל חיים פאפנהיים" וועלכער רעדט בשם דעם תולדות אהרן רבי און\אדער זיינע חסידים האט געזאגט פאר זיי אז דער תולדות אהרן רבי איז קעגן די פרומע בנוגע די אפטיילן די גאסן\באסעס פאר מענער און פרויען און אז די רבי איז אויך קעגן די פרומע אויף וועמענס ביינער די פרייע צייטונגען פירן א מערכה אין די טעג. זעלבסט פארשטענדליך אז אזא נייעס גייט נישט לאיבוד און אלע פרייע צייטונגען דריקן דאס נאך מיט גרויס שמחה.

פון די צווייטע זייט שטייען די אהרוינים און רייסן אינטער דעם תולדות אהרן רבי פארן זיך צושטעלן צו די פרייע, אזאש אכן נודע הדבר, דאס וואס די אהרוינים שרייען שוין יארן אז דער תולדות אהרן רבי איז בחדרי חדרים גאר א פרייער... עפ"ל.

די אהרוינים פאדערן נישט מער און נישט ווייניגער ווי אז דער תולדות אהרן רבי זאל בכבודו ובעצמו זיך אויפשטעלן און לייקענען פאפנהיימ'ס ווערטער און אזוי לאנג ווי ער טוט דאס נישט איז דאס א קלארע איבערווייז אז....

אויף דעם ארויף האב איך געברענגט קלארע הוכחות ווי סיי תולדות אהרן און סיי די עדה האבן זיך שוין פון לאנג קלאר און דייטליך אפגעשאקלט פון דעם פארשוין (נישט אזוי ווי די אהרוינים מיט זייער ווארט זאגער אבראהאם).
 
איך האב אויך געברענגט א בילד צו צייגן דעם עולם פון וועלכע פארשוין מען רעדט דא.

יעצט פערעגט זיך די שאלה, האלטן נארמאלע מענטשן אז דער תולדות אהרן רבי דארף זיך אויפשטעלן און לייקענען יעדע גרעפטס וואס דער פארשוין גיבט ארויס אדער איז גענוג מיט דעם וואס סיי די עדה און סיי תולדות אהרן האבן זיך אפיציעל אפגעשאקלט פון אים און די אהרוינים רייטן ווי פערדן אויף אויסגעדראשענע סחורה?


תוקן על ידי נפל ב- 02/01/2012 02:48:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 06:37 לינק ישיר 

שמואל חיים איז אין מיינע אויגן א פראוועצירער נישט ווייניגער ווי טניה רוזנבלט. איבערן יאר לויפט ער ארום האלטן "עימות סוערת" אין פרייע אקאדאמיען ווי ער שטעלט זיך אהער אלס דער וואס פארטרעט כלל ישראל. היינט צוטאגס טוט ער זיינע שטיק סתם ווייל ער איז אנגעווייטאגט אויף עדה/תולדות אהרן וועלכע האבן אים שוין לאנג אויסגעשפיגן פון זייערע ראמען, לויפט ער זיך אטענטשאן ביי די פרייע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 19:09 לינק ישיר 

א קשיא אויף א בלאט שרייבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > צייטונג לעבער לעבן פון שמואל חיים'ס מעשיות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext