בית פורומים אידישע געדאנק

בושות נאך 20 יאר: איינציגסטע רבי פירט נישט טיש פרייטיג צונאכטס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2012 04:27 לינק ישיר 
בושות נאך 20 יאר: איינציגסטע רבי פירט נישט טיש פרייטיג צונאכטס

דער ווילדע רא"ט פון קרית יואל לויפט שוין ארום א צירקע פון אריבער 20 יאר און פרובירט זיך צו קרוינען אלץ די גרעסטע און מעכטיגסטע רבי, אבער עס העלפט א קדחת! דער לוזער האלט ביי דעם אז זיין אייגענע בויעס מאכן אים צושפאט און צושאנדע, אנגעהויבן ביי די ישיבה בקברו וואס מען דארף קיינעם נישט זאגן אז עס האלט ביי א קארגע 450 בחורים, ביז נישט לאנג צוריק האט עס געהאלטן טאקע ביים זעלבע מספר ווי די ישיבה גדולה אין קווינס האלט היינט צוטאגס - קרוב צו טויזענט בחורים בליעה"ר וכ"י.

אמאל פלעגן די ארונים אריינקומען אין ראדני קוקן און לאכן ווי ר' זלמן לייב פירט טיש הארט נעבן פאליש און ניטאמאל 3 שורות טישן האט מען נישט געקענט אנפילן, אבער עס האט נישט גענומען קיין סך צייט און די עולם האט אנגעהויבן איינזעהן אז ר' אהרן איז בטבע א שלעכטער מענטש, די עולם האט זיך פשוט פארעקלט פון ר' אהרן, סוף איז געווען אז רובא דרובא סאטמארע חסידים האבן זיך צוגעשטעלט צו די ממלא מקומו פון מרן בעל ברך משה זצ"ל. 

היינט צוטאגס ווער עס קוקט מיט די פליישיגע אויגן די אמת'ע פאקטן, און גייט אריין אין די סאטמארע ביהמ"ד אויף ראדני סט. וועט זיך אים אנטפלעקן ווי פילע חסידים פילן אן דעם ביהמ"ד הן ביי די תפילות, הן ביי די טישן, שוין אפגערעדט ביי א יומא דפגרא און שמחות. 

ווידעראום אויב גייט מען אריין אויף הופפער וועט מען זיך באגעגענען מיט צעטלעך און ליילעכער אויף אלע ווענט אז מען זאל קומען אויף הופפער ווייל דארט זענען נישט די טישן קלעבעדיג פון קאווע...

פרייטיג צונאכטס ווער עס געדענקט די לעכטיגע טישן פון אונזער הייליגע רבי  בעל ברך משה זצ"ל פרייטיג צונאכטס די ווארימע זמירות "שלום עליכם" דערנאך די פירות טיש, די אז ביום השביעי ווען מען האט געענדיגט פלעגן הונדערטער בחורי הישיבה אהיימבאגלייטן די רבי ז"ל דארט ווי ממלא מקומו רבינו שליט"א וואוינט זייט ער האט איבערגענומען די כתר הנהגה. 

אבער ווען מען גייט אריין אין די ווייסע שוהל אין קרית יואל אדער אין די ווייסע שוהל אויף הופפער דאן אנטפלעקט זיך א אנדערע בילד: אנשטאט מען זאל זעהן אינגעלייט און בחורים זינגען מיט מיטן פארפלאמטע ר' אהרן די ווארימע זמירות, זעהט מען דארט נאר בחורים וואס זענען פארנומען זיך אנגרייטן די חריף און קאל-סלאו, די מער פרימערע לויפן ארויסריקן די בילקעלעך פון די שכן'ס ....חלה דעקל ווייל מען דארף דאך לחם משנה... דערנאך ביים סעודה - איך זאג סעודה ווייל דאס איז אויסדריקלעך נישט קיין טיש ווען מען קומט צו די בחורים'ס טיש - ווען מען ענדיגט די פיש פליען שוין די קאווערס פון די גרעיפ דזשוס איבער די גאנצע שוהל, ביים הויעכפונקט פון די סעודה ווען רא"ט הייבט אן זיין פאני תורות לויפן שוין אלע בחורים ארויס טרינקן ביר. 

דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענע וואך שבת חנוכה וואס איז אלץ געווען פון די שענסטע שבתים אינעם יאר, אנשטאט רא"ט זאל פירן טיש ווי יעדע רבי, האט ער דאס נישט געקענט באווייזן נאר איז געגאנגען עסן מיט די בחורים. 

דאס איז אלעס טראץ נאך עטליכע יאר וואס די בלאט האט געשריבן אז ענדליך קומען צוריק די ליכטיגע צייטן פון פירן טיש פרייטיג צונאכטס, ממש אזוי ליכטיג ווי בעל שם טוב. 

דאס איז אלעס טראץ עס איז שוין דורך 4 יאר זינט דער בלאט האט געהאט א דיקע ביילאגע מיט דרשות פון הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א. 

דאס איז אלעס טראץ וואס זיי שיקן וועכענטליך אויף טוויטער און אימעילס אז רא"ט איז א גרויסע רבי. 

איין ווארט איז דא פארוואס ער פירט נישט טיש פרייטיג צונאכטס. 
"ווייל עס איז נישט מיין טעיסט צו פירן טיש ווען קיינער קומט נישט"! 
אט דאס איז טאקע די ענטפער פארוואס נאך צוואנציג יאר אפטאן אלע רדיפות פאר די וואס גייען נישט אין שפאן קען ער נישט פירן טיש פרייטיג צונאכטס. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 05:06 לינק ישיר 

די חנוכה בילדער האבן שוין געוויזן ווער עס האט געהאט מער מענטשן, אויך זעט מען אויף די בילדער אז אויף מעריב זייט איז אויך געווען הויעכע פארענטשעס, דאס איז פונקט פארקערט ווי זיי שרייבן אויף כל העולם אז עס איז נאר געווען אויף צפון זייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 19:14 לינק ישיר 

איינמאל א יאר ער קומט שוין אריין קיין וויליאמסבורג אויף א שבת חנוכה וכדומה מאכן זיינע דאקטוירים זיכער אז אפאר ישיבה בחורים זאלן קומען עסן צו אים ביים א.ג. טיש, אז נישט קען אים דאס פשוט צוטרעטן צום געזונט. ‎​
 
בקיצור, דער וועלטס מעכטיגסטער גרעסטע רעבע פירט קיין איין וואך נישט קיין טיש פאר זיינע חסידים, ווייל... ער האט מורא ס'גייט זיין ליידיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בושות נאך 20 יאר: איינציגסטע רבי פירט נישט טיש פרייטיג צונאכטס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext