וויאזוי ווערט נעלם א יוסל 90 תגובה?
יוסל 90 האט היינט געשריבן א אשכול קעגן ר' שמואל חיים פאפנהיים פון תולדות אהרן, און נאכדעם צוגעלייגט א תגובה אז קול סאטמאר האט געמאכט א אינטערוויו מיט דעם פאפנהיים מיט יוסף לייב יאקאב און הערשל פריעדמאן.
כהאב מיר געריבן די אויגן, ווי איינער האט אים נעבעך איינגערעדט אז עס עקזיסטירט אזא אינטערוויו, און ער, נאך פאר ווי וואס ווען, איז ער שוין געלאפן שרייבן קעגן פאפנהיים אויף היידפארק.
זעהט אויס אז איינער האט אים אויפגעקלערט אז פארן שרייבן דארף מען מברר זיין די מציאות, און למעשה האט זיך מיסטעריעז אויסגעמעקט יענע תגובה.
(אגב, אזוי קראנט זענען טאקע אלע נייעס פון יוסל90?)
|
|