בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2012 21:00 לינק ישיר 
אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן

עס קוקט אויס ווי בקרוב וועט זיין א פנקס ספעציעל געווידמעט פאר אלע וואס הייסן משה פריעדמאן.
 
יעדע פאר יאר שטויסן זיך די די אהרונים אן מיט א אנדערע משה פריעדמאן און זיי קענען נישט פטור ווערן.
 
אנגעהויבן האט זיך עס ווען זיי האבן זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן פון קרית יואל, דערנאך האבן זיי זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן משב"ק, יעצט האבן זיי זיך צושלאגן מיט ר' משה פריעדמאן פון בארא פארק.
 
פאר עטליכע יאר צוריק האבן די אהרונים אויפגענומען א נייע דיין אין דריי און פופציג שוהל ווייל הרה"ג ר' חיים דוד כ"ץ האט גע'פסקנ'ט הלכות ווי די תורה הייסט, האבן זיי אויפגענומען ר' משה פריעדמאן וואס וועט פסקנען וואס ר' אהרן טייטלבוים וועט הייסן - נוסח פעיראל דיין.
 
נעכטן האט דער מעכטיגע געשוואוירענע אהרונישע דיין א שידוך געטון, און גענומען א איידעם פון.... קווינס ישיבה! יא איר הערט גוט דער נייע דיין וואס איז שוין נישט אונטער די טעראריסטישע זאליס האט גענומען א איידעם א בחור וואס לערנט אין ישיבה גדולה בנשיאות כ"ק אדמו"ר יקותיאל יהודה ט"ב שליט"א, נישט פון ישיבה בנשיאות ר' אהרן.
 
פארוואס? ווייל אז מען דארף א פיין בחור ווייסט יעדער גייט מען צו ישיבה אין קווינס, נישט קיין קרית יואל וואס דארט האדעוועט מען אז ווארפן פאשקעווילן, שלאגן, און מאכן פאני קאלס.
 
היינט האט ר' משה פריעדמאן נומער 3, געקאלט ר' אהרן קיין פאלם ספרינגס אפצונעמען א מזל טוב, ר' אהרן האט אים געפרעגט ווער די חתן איז און ווי ער האט געלערנט האט ער אים געזאגט מיט א ציטערדיגע שטימע "קווינס..." מער האט נישט אויסגעפעלט און טראךךךך די בעבי ר' אהרן האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן טרייבל און געשריבן עס איז נישט מיין טעיסט!!!!
 
יעצט איז צו ערווארטן די מען וועט אים באטיטלען מיטן צונאמען חדב"ן מייקל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/1/2012 10:39 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 03:43 לינק ישיר 

משה דיין לאכט זיך ווייטער אויס פון די ארונים וואס ווילן אים צודריקן זיין נאז, און מאכט היינט א תנאים אין בארא פארק וואס איז אין קעגנזאץ צו די אזויגעריפענע תקנות.
 
מען האלט יעצט פונקט צוועלף יאר שפעטער נאך די גויסארטיגע אלף שמות און ווייטער האבן זיי פראבלעמען מיט משה פריעדמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 18:54 לינק ישיר 

מה כל הרעש? שוין געווען ארונים וואס האבן שוין גענומען קווינס בחורים, די וואס זענען נישט גרייט מוותר צו זיין אויף סחורה זענען מוותר אויף פארטיי..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 23:33 לינק ישיר 

ווער ר' אהרן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 22:14 לינק ישיר 

הער צו, נאך אלעס ווי ברוגז דו ביסט אויף עם, און ווי גוט ער האט ענק צוגעפיקסט, איז ער נאך אלז די ברך משה'ס זון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 20:44 לינק ישיר 

KJ כתב:
הרב יוסף אשכנזי האט פערצופאל גענומען דעם בעסטן בחור, אבער ס'איז נישט קיין גרויסער חילוק, ביי ענק איז אמת שקר שקר אמת איינס.

ער האט טאקע געוואלט פאר זיין עלצטע טאכטער דעם בעסטן בחור פון סיגוט, אבער דער הייליגער ברך משה זי''ע האט עם גענטפערט פאר דיר האב מיין צווייטן תכשיט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 20:04 לינק ישיר 

ס'איז בעצם נישט אזא שטארקע קשיא, זעט אויס דער רב פרידמאן האט געוואלט א וואוילן בחור האט ער נישט געהאט קיין סאך ברירות, (קוקט אויס פון מהרי"ט האט ער נישט געוואלט נעמען..)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2012 19:58 לינק ישיר 

וואס איז דען שייך צו פרעגן קשיות, ווען ס'קומט צו זיווגים איז אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד השם,
דער בעש"ט האט אמאל געזאגט אז א גרויסע מלחמה צווישן צוויי גרויסע מדינות איז נאר געשען כדי זאל דורכדעם זיך צאמפארן א באשערטער פארפאלק, עיין בשבחי בע"ש

ליינט דעם מורא'דיגן סיפור פון מדרש תנחומא, מבוא, סימן מ"ב, וויזוי דער גרעסטער ארימאן פון ארץ ישראל האט חתונה געהאט מיט די גערוטענסטע טאכטער פון שלמה המלך,






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2012 19:35 לינק ישיר 

הרב יוסף אשכנזי האט פערצופאל גענומען דעם בעסטן בחור, אבער ס'איז נישט קיין גרויסער חילוק, ביי ענק איז אמת שקר שקר אמת איינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2012 03:16 לינק ישיר 

סעלפאן כתב:
אבער קיין תירוץ פארוואס א אהרונישע דיין נעמט א בחור פון קווינס איז נאך נישט דא!

פארן זעלבן טעם פארוואס דער הייליגער ברך משה זי''ע האט גענומען א מיידל פון בית יעקב, פארן זעלבן טעם פארוואס ר' יוסף אשכנזי ז''ל האט גענומען פאר אן איידעם דעם שוואכסטן בחור פון א פרעמעדע ישיבה (סיגוטער ישיבה) פארן זעלבן טעם פארוואס דער ברך משה זי''ע האט גענומען א באבעווער בחור, אלעס האט איין טעם, שלשים יום קודם הוולד מכריזין בת פלוני לפלוני, ואין עצה ואין תבונה נגד השם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 23:12 לינק ישיר 

קוק ווי ער פריידט זיך אז ער קען דערמאנען א נאמען פון א גאון וועם ר' אהרן האט נישט באשריגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 20:37 לינק ישיר 

ר' אהרן האט פיינט הרב הגאון רב וואזנער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 19:40 לינק ישיר 

אבראהאם כתב:
נישט געכאפט עטץ מיינטס מייקל הרב הגאון ר' יחזקאל ראטה

שנאת עם הארץ לת"ח


תוקן על ידי אבראהאם ב- 04/01/2012 19:07:02

‎​
 
גוט געזאגט. זאג טאקע פאר דיין דזשיגאן עם הארץ דעם שנאת עם הארץ לתלמוד חכם כלל, עס איז ביי אים שטארק פעליג, והרשימה ארוכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 19:10 לינק ישיר 

זיווגים קען מען נישט פרעגן קיין קשיות,

ארבעים יום קודם יצירת הוולד מכריזין בת פלוני לפלוני,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 19:06 לינק ישיר 

נישט געכאפט עטץ מיינטס מייקל הרב הגאון ר' יחזקאל ראטה

שנאת עם הארץ לת"ח


תוקן על ידי אבראהאם ב- 04/01/2012 19:07:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים פלאקערן שוין ווייטער וועגן משה פריעדמאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext