עס איז א שאנדע אז אידן וואס פאררופן זיך מיטן נאמען סאטמאר, און זייער רבי פאררופט זיך אלס דער היינטיגער לוחם קעגן ציונות זאל האבן אין זייער אפיציעלער צייטונג די זעלבע קעפל ווי דעם גע'אסרטן אלגעמיינער דזשורנאל ה"י.
ווי באקאנט איז מוצאי שבת פארגעקומען א הפגנה און מעמד צאתכם לשלום פאר דעם מסירות נפש איד הרה"ח ר' שמואל ווייספיש הי"ו וועלכער איז געגאנגן שמאכטען אין תפיסה פאר צוויי יאר צייט צוליב א בלבול פון א געשעפט אייגענטומער פון א געמיינעם געשעפט אין ירושלים. דער הפגנה איז פאררופן געווארן דורך כ"ק הגאב"ד והראב"ד שליט"א און די חברי הביד"ץ שליט"א. אזוי אויך האט זיך דער גאון וגדול ראש ישיבת בריסק שליט"א זיך ספעציעל אנגעשטרענגט צו קומען פערזענליך צו די הפגנה ארויסצואווייזן שטיצע מיט דעם חשוב'ען אינגערמאן.
ביים עצרת האבן די עסקנים געוואלט ארויסנעמען מאקסימאלע פרעסע דעקונג האבן זיי אנגעטון פאר די באטייליגטע געלע לאטעס אלס צייכן פון די רדיפת וואס אידן האבן מיטגעמאכט אין דייטשלאנד צייטן און מאכן יעצט מיט פון רשעי ישראל אין ארץ ישראל. דער אקט האט אפגעקלונגן מיט א מעכטיגן קידוש השם ווען אפילו די וועלטס פרעסע האט ברייט געדעקט דעם סענזאציע.
דער באקאנטער שמוציגער אלגעמיינער דזשורנאל האט ווי אלע פרומע ציונים מיאוס אראפגעריסן דעם אקט אויף זייער הויפט העדליין אין די וואכעדיגע צייטונג, ווי כאילו דאס איז דער איינציגסטער נייעס וואס שטייט יעצט אויפן סדר היום, נישט די הסתה קעגן אידן בכלל אין ארץ ישראל, נישט די רעפובליקאנער פריימערי וואלן, נאר בלויז די געלע לאטעס וואס די מוחים האבן אויף זיך אנגעטון מוצאי שבת.
און דער בלאט.. איז געגאנגן אין זייערע פוס טריט, און אויפן הויפט קעפל אראפגעריסן דעם אקט אויף א ליצנות'דיגן אז דאס האט געברענגט "בייז בלוט". זיי זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער מיטן באהאנדלן דעם אקט אין א עדיטאריעל און איר אראפמאלן כאילו דאס איז געטון געווארן בניגוד לרצונם פון די רבני העדה החרדית (וועלכע זענען אלע אנוועזנד געווען, און קיין ווארט נישט געזאגט דערקעגן, נאר אדרבא מעודד געווען די עסקנים אויף דעם שריט), און רייסן אראפ די קנאי ירושלים.
חסידי סאטמאר איבער די וועלט זעען איין מער און מער די הייליגע ווייטע אויגן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז אין די ערשטע מינוט פונעם גרינדונג פון דעם שמוץ בלאט ארויסגעקומען מיט א שארפן מכתב קודש אז מ'זאל דעם צייטונג נישט אריינעמען אין שטוב, און ווי א טאג עס גייט פארביי זעט מען מער און מער וואס דער רבי זי"ע דער ברך משה האט פאראויסגעזען.
ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר רח"ל!
נשלח ב-9/1/2012 07:19
ר' אהרן חתמ'ט נאר קול קורא'ס ווי ער קען באקומען אטענשאן אדער עפעס כבוד, אבער ווי נאר ער ווייסט אז די שאנסן אז די אמאליגע רעספעקטפולע נאמען הק' אהרן טייטלבוים זאל זיין די ערשטע אויפן קול קורא איז זערא, אנטזאגט ער זיך פון אונטערשרייבן און לאזט (מיט רשות פארשטייט זיך) ר' געציל בערקאוויטש אונטערשרייבן ווי די רופסט עס פאלשע דעם קול קורא.
תוקן על ידי סעלפאן ב- 09/01/2012 07:23:41
נשלח ב-9/1/2012 05:52
שטעלט זיך נאך אמאל ארויס ווי גערעכט ר' אהרן איז מיטן נישט חתמ'נען די פאלשע קול קורא'ס
אין ר' זלמן לייב חתמ'ט רעכט'ס אין לינקס אבי מען שרייבט אויף אים סאטמאר
נישט פארגעסן דער הירשמאן איז א קארלינער/לוצקער חסיד זיי האבן ליב די מדינה אהבת נפש זיי האבן גארנישט צי טיען מיט די שיטה אין קנאות זיי האבן א פריוואטע געלט שלעגריי מיט גור
אין ס'איז געלינגען איין צי רעדן די פאלשע קנאים אז ער שלאגט זיך פאר די שיטה
אין די פאלשע קנאים האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט אין מען שרייט ירושלים תתן קולה
אין דער איד וואס האט אריין געשטלעט רב אלישיב'ס בריוו האט אריין געשטעלט הירשמאנ'ס קול קורא
אין דער בלאט האט קיין איינ'ס נישט אריין געשטעלט
זאל הירשמאן גיין צי דין תורה מיט גור והכל על מקומו יבא בשלום
תוקן על ידי אבראהאם ב- 09/01/2012 05:55:00
נשלח ב-9/1/2012 05:33
די בתי ווארשא איז א ממון סכסוך. ס'איז יעצט אין בג"ץ. גארנישט מיט קנאות אדער מיט קדושת ירושלים. פינטל.
נשלח ב-9/1/2012 01:56
מען רעדט פון בתי ווארשא. איך בין נייגעריג צי אלע חותמים האבן געוויסט אז גור איז די אנדערע זייט, און אויב זיי וואלטן געוויסט צי זיי וואלטן אונטערגעשריבן.
נשלח ב-8/1/2012 22:23
סעלפאן כתב:
די קנאי'שע בלאט האט אריינלייגט די פייערדיגע קול קורא אז מען זאל שטיצן די עסקנים?
זאג מיר טאקע די קול קןרא איז פאר וועלכע עסקנים ? ווייל פינעם קו"ק האב איך נישט געקענט ארויס קריכן
רעדט מען פין בית שמש ? בתי ווארשע ? קברים ?
אבער דאך האט בי"ד אויסגענוצט די געלעגנהייט אראפצושטעלן א שטיקל פוס און צייגן אז זיי שטעלן זיך נישט צו צו אלעם און מען מוז זיי פרעגן פאר מטוט עפעס
די סיקריקים (ווי מרופט עס דא) טענהן אז שלמה פאפנהיים איז דער וואס ציהט אראפ די בי"ד צו לינקס
אבער עכט איז די גאנצע הנהלה ציווילדעוועט אויף וואס סטוט זיך לעצטנס אז מדרייט איבער די גאסן יעדן טאג
און די בי"ד זאגט שוין אז זיי גייען מאכן א ענדע דערצו אזוי ווי סאיז געווען אין די צייטן פון הרב דושינסקי
בתי וורשא פרשה האט שטארק אויפגעשאקלט יעדן אז בי"ד מוז נעמען די זאך אים האנט
נשלח ב-8/1/2012 21:59
א קאפי פון די בלאט?
נשלח ב-8/1/2012 21:26
און וואס זאגן די עלטערע בלאט ליינער אויף דעם בריוו פון ביד"ץ צו מחזק זיין ר' שמואל ווייספיש? און וואס זאגן זיי צום ערשיינונג פון הגאון הגדול ראש ישיבת בריסק ביים עצרת?
נשלח ב-8/1/2012 21:09
עס איז געווען א מעכטיגע עצרת יענע מוצש"ב
אבער גראדע איז בי"ד נישט געווען
צו שיקן א מעסעדש אז זיי גייען זיך נישט אייביג אננעמען פאר די וואס ווערן ארעסטירט ביי מערכות וואס ב"ד הייסט נישט
דאהי ווייסט עס קינד און קייט
אסאך טענהן אז בי"ד ווערט לינק אבער איך פארשטיי עס יא ווייל די אייגענע מערכות זענען ארויס פון קאנטראל דאהי
אזוי טענהן אלע עלטערע
וואס שרייבט די בלאט?
נשלח ב-8/1/2012 18:52
געלעכטער כתב:
און דער בלאט.. איז געגאנגן אין זייערע פוס טריט, און אויפן הויפט קעפל אראפגעריסן דעם אקט אויף א ליצנות'דיגן אז דאס האט געברענגט "בייז בלוט". זיי זענען געגאנגן א שטאפל ווייטער מיטן באהאנדלן דעם אקט אין א עדיטאריעל און איר אראפמאלן כאילו דאס איז געטון געווארן בניגוד לרצונם פון די רבני העדה החרדית (וועלכע זענען אלע אנוועזנד געווען, און קיין ווארט נישט געזאגט דערקעגן, נאר אדרבא מעודד געווען די עסקנים אויף דעם שריט), און רייסן אראפ די קנאי ירושלים.
אז די ליינסט שוין יא דעם בלאט טראץ דעם וואס אונזערע הייליגע רביס האבן געהאט ווייטע אויגן, ני... פארוואס האבן דיינע אויגן אימוועלעדיג באמערקט דעם לאנגן ארטיקל אינעם בלאט וואס רייסט אונטער די אלע ציינטונגן וואס האבן געמאכט א איבערקערעניש קעגן די לאטעס????
נשלח ב-8/1/2012 18:49
געלעכטער כתב:
אויב מיינט די מערכה קעגן סידור קידושין אדער פארמאכן די רעבעציןס שול "קנאות" צי "תורה'דיג", בוסטו טאקע גערעכט. אויב איז אראפרייסן א פראטעסט פאררופן דורך רבותינו ראשי וחברי הביד"ץ שליט"א די זעלבע ווי אראפרייסן דוב הייקינד (וועלכע האט באזוכט אין הופפער פאריגע וואך), ווייזט דאס טאקע אויף גרויס קנאות און תורה'דיגקייט.
אנטשולדיגט. איידער איר שרייבט, איר ווייסט אפשר וואס און ווען און ווי דער בלאט האט געשריבן אנטקעגן דעם פראטעסט? צו בלויז אפי' קעגן די לאטעס???? אדער בלויז די דמיונסט ווי דער געלעכטער?
אגב איז געווען א לענגערע ארטיקעל אינעם בלאט, וואס רייסט גאר שטארק אראפ די אלע וואס שרייען אז די געלע לאטעס איז נישט אויסגעהאלטן געווען, ני וועם דרייסטו א קאפ???
נשלח ב-8/1/2012 17:23
די קנאי'שע בלאט האט אריינלייגט די פייערדיגע קול קורא אז מען זאל שטיצן די עסקנים?
נשלח ב-8/1/2012 16:55
אויב מיינט די מערכה קעגן סידור קידושין אדער פארמאכן די רעבעציןס שול "קנאות" צי "תורה'דיג", בוסטו טאקע גערעכט. אויב איז אראפרייסן א פראטעסט פאררופן דורך רבותינו ראשי וחברי הביד"ץ שליט"א די זעלבע ווי אראפרייסן דוב הייקינד (וועלכע האט באזוכט אין הופפער פאריגע וואך), ווייזט דאס טאקע אויף גרויס קנאות און תורה'דיגקייט.
נשלח ב-8/1/2012 14:56
דיער בלאט איז אסאך מער קנאות'דיג ווי דער איד אין תורה'דיג מדמה צי זיין די יעצטיגע מערכה צי די צווייטע וועלט מלחמה קען נישט אבי א מענטש דעס מיז זיין דורך א רב וכדומה
אין איך לויב אויס דעם בלאט'ס עדיטאריאל אז ער האט די קוראזש פונקט ווי דער בלאט האט אראפ געריסן דוב הייקניד מיט משה דוד נידערמאן ווען זיי האבן געמאכט די ראלי'ס אין פרעסע קאנפערנץ קעגן די שטאט
נשלח ב-6/1/2012 18:38
דאס איז א חלק פון די "מה יפית" קאמפיין פון די לינק געשטימטע ארונים זיך צו חנפ'ענען צו די לינקע..