בית פורומים אידישע געדאנק

צדיק בא לעיר: רבינו שליט"א צוגאסט אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2012 15:54 לינק ישיר 
צדיק בא לעיר: רבינו שליט"א צוגאסט אין קרית יואל

תושבי קרית יואל זענען אצינד איינגעהילט אין פרייד פאר דעם גרויסע שבת קודש פרשת ויחי וואס רבינו שליט"א וועט וויילן דא אינעם שטעטל קרית יואל.
 
שוין א צירקע פון עטליכע יאר וואס די רבי פארט אויף שבת און ברענגט אריין גרויס חיזוק פאר די טויזענטער תושבי קרית יואל ווען עס קומען זיך צוזאם אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מיטהאלטן דעם געהויבענע שבת קודש.
 
די רבי שליט"א קומט היינט אן אינעם שטעטל, די תפילות און טישן וועלן בעז"ה פארקומען אינעם ביהמ"ד הגדול אויף גארפיעלד ראוד.
 
אין די זעלבע צייט גרייטן זיך די טויזענטער חסידים זיך מיטצופרייען שב"ק נאכן דאווענען ביי די קידושא רבה וואס וועט געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל לרגל די געבורט פונעם רבי'ןס אייניקל ביי הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער חדב"ן, און זין פון הגה"צ אב"ד קרית רמ"א ב"ש, וחבר בד"ץ עדה החרידית.
 
די הויעכפונקט וועט זיין מוצאי שבת קודש ווען עס וועט געפראוועט ווערן די יערליכע דינער לטובת די מוסדות אין קרית יואל, עס איז צו ערווארטן אז די טויזענטער אנ"ש וועלן ארויסווייזן גרויס שטיצע און מחזק זיין די מוסדות מיטן געבן שיינע נדבות אזוי ארום ארויסהעלפן די הנהלת המודות אנצוגיין מיטן הייליגע ארבעט צו אויפהאלטן די מוסדות מיט אירע אריבער 2500 קינדערלעך בליעה"ר וכ"י.
 
יהא בואי לברכה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 02:03 לינק ישיר 

מ'קען הערן די תורה פון ס"ג אויף התאחדות אברכים תורה ליין 718-506-9054 דערנאך דרוקט נומבער 1 און דערנאך נאכאמאל 1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 01:43 לינק ישיר 

דער איז אז עם הארץ אז ער האט געזאגט תורה אום ניטל
חלה דעקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 01:28 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס ער איז געקומען ניטל ?
פארוואס קומט ער נישט א וואך וואס ער קען זאגן תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2012 11:14 לינק ישיר 

א גרויסן ישר כח סעלפאן פאר דעם לעבעדיגן באריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2012 07:20 לינק ישיר 

א געהויבענע שבת איז פאראיבער בצל הקדש דא אין קרית יואל, אנגעהויבן פרייטיג צונאכטס ווען די ביים זמן איז שוין די ביהמ"ד הגדול געווען איבערגעפילט, עסקנים האבן געדארפט שווער ארבעטן צו אקאמאדירן די ריזן ציבור בליעה"ר, טראץ וואס אלע טישן זענען ארויסגענומען געווארן און עס איז געווען אויסגעלייגט נאר בענק איז דאס געווען ווייט פון גענוג פלאץ, אסאך זענען טאקע געבליבן אין די האלוועי און אפילו אויף די שטיגן פון ביהמ"ד. די דאווענען איז געווען מיט גרויס ווארימקייט, נאכן דאווענען זענען די עסקנים שוין געווען אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות צו קאנטראלירן די מאסן אויף "גוט שבת זאגן", די רבי שליט"א איז געשטאנען גאר א לאנגע צייט און צוריקגעענפערט א "גוט שבת", נאך וואס יעדער איז שוין אדורך איז די רבי שליט"א צוריקגעגאנגען צום אכסניא פון הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק דקהילותינו הק'.
 
נישט לאנג דערנאך איז די ביהמ"ד שוין ווידער געווען איבערגעפילט עד אפס מקום, די הויעכשטאקיגע פארענטשעס איז בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן דורך די תלמידי הישיבות, אזוי אויך די פילע שורות בענק זענען באזעצט געווארן דורך בעלי בתים און אנשים חשובים, די טיש איז דורך מיט גרויס דערהויבענקייט, נאך די טיש איז די רבי שליט"א צוריקגעגאנגען צום אכסניא און באגלייטונג פון עטליכע הונדערט בחורים און אינגעלייט.
 
צומארגנס ביי די וועכענליכע חברת תהילים אין ביהמ"ד הגדול האבן זיך אנגעזעהן א גרעסערע מספר תשב"ר וואס זענען געקומען זאגן תהילים אין דעם צענטראלע סאטמארע ביהמ"ד לכבוד די רבי שליט"א וואס איז געקומען אנטייל נעמען און דערנאך איבערגעלאזט ברכת קדשו פון די טייערע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא. עס איז צום האפן אז די בערך 500 קינדער וואס האבן געזאגט תהילים זאל אין זכות פון זייער תפילות מגין זיין אויף כלל ישראל.
 
די פסוקי דזמרה און שחרית וואס די רבי שליט"א האט ווי געווענליך אנגעהויבן די "עד הנה עזרוני רחמך" איז ב"ה דורך מיט גרויס ווארימקייט ביים ליינען זענען פארטיילט געווארן די עליות פאר אנשים חשובים, אויך האט עולה געווען די רבי'ס איידעם הרה"ג ר' יצחק ראזענבערגער שליט"א לרגל די שמחה, און א קורא שם געווען די נייע מיידל בעבי, נאך מוסף איז די שמחה ווייטער נמשך געווארן ווען עס איז פארטיילט געווארן א גרויסע קידוש, פון אלע זייטן איז מען געקומען אנוואונטשן פאר די בעל שמחה הרה"ג ר' יצחק און פאר די גרויסע זיידע כ"ק רבינו שליט"א, ווי נאר די רבי האט געענדיגט קידוש האט מען געזינגען די אלעמען שוין היינט באקאנטע ניגון "סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל" וואס איז ספעציעל קאמפאזט געווארן ביי די חתונה.
 
ביי שלש סעודות האט זיך ווידער אפגעשפילט דאס זעלביגע ווען די ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט פון אלע זייטן, די רבי האט געזאגט ווארימע תורה און מעורר געווען יעצט ווען מעו טרעט אריין אין די ערשטע וואך פון שובבים, נאך הבדלה איז די רבי אהיימבאגלייט געווארן דורך טויזענטער אידן, "די רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן אקעגן משיח צדקינו" ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור" האבן זיך געהערט ווייט אוועק די לעבעדיגע טענץ און געזאנגען נאך די לעכטיגע שבת וואס מען האט נארוואס זוכה געווען מיטצוהאלטן.
 


תוקן על ידי סעלפאן ב- 08/01/2012 07:25:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 20:55 לינק ישיר 

דזשיגאן איז אנטלאפן פון קרית יואל וויין ער קען נישט ציקוקן די געהויבענע שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 20:19 לינק ישיר 

קווינס בויעס? נו! אזוי רעדסטו אויפן חדב"ן פון משה דיין (פריעדמאן)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 19:22 לינק ישיר 

ווארשיינדליך איז דער גז''ל נישט דער טעיסט פון די קווינס בויעס, דריבער זעט מען זיי נישט ביי זיינע טישן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2012 18:41 לינק ישיר 

וואלט ער ווען געווען די "טעיסט" פון זיין ברודער וואלט ער ווען געזאגט "בא יבא ברנה", נאר וויבאלד ער איז נישט זיין טעיסט ווען ער האט אים אזוי ארויסגערוקט דריי פערטל סאטמאר פון אונטער די הענט, דעריבער זינגט ער אן אנדערע ניגון..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > צדיק בא לעיר: רבינו שליט"א צוגאסט אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext