בית פורומים כל העולם כולו

דער פעשער זריל שרייט מען שטעכט אים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2012 06:37 לינק ישיר 
דער פעשער זריל שרייט מען שטעכט אים

יעצט מוצאי שבת ביי די זאלי'ס דינער אין קרית יואל האט מען אויף געשטעלט דעם פעשען זרילע גליק צי רעדן
דער זרילע איז נעבעך שרעקליך אויס געשפילט קען זיך קוים רירן א חוץ ווען ס'קומט צי כאפן פאנקען ..

האט ער איצט הייזעריג געשריגן אז מען שטעכט אים מיט מעסער'ס ווען מען זאגט בעל דברי יואל אויפן רבי ז"ל
איז אז הגז"ל איז די ריכטיגע סאטמערע רבי ווייל ער זאגט רבי ז"ל אין נישט פעטער ז"ל .

ווי ס'קוקט אויס וועט פין דעם גראבן זרילע בלייבן א גל של עצמות פין אזויפיל שטעכריי .



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 05:00 לינק ישיר 

דער איד מיט זרילע'ס דרשה איז ממש ווי איינער זאל ארומפארן מיט א מייק קאר און שרייען הויך, די מלחמה צווישן ויואל משה און דברי יואל האמיר מיאוס פארלוירן. עס שטעכט און טוט וויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2012 04:56 לינק ישיר 

אין דער איד איז דא די וואך די דרשה פון עזריאל, ווער עס האט עס זאל עס ביטע אריינסקענען פארן עולם, ווען איך האב עס געליינט האב איך זיך געדרייט פאר געלעכטער, עס איז נישט צום גלייבן ווי משוגע צודרייט די זאליס זענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2012 04:35 לינק ישיר 


לאנג זאל לעבן ר' זרילע, און קענען פארזעצן צו זאגען הויך וואס די זאליס האבן אין בויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2012 20:36 לינק ישיר 

גערעכט
כ"ז נישט ל"ז
עכ"פ אין יענע צייט אין די נישט געזינטע יארן פון רבין ז"ל איז שוין סאטמאר געווען גרויס ובעיקר איז שוין דער רב געווען אין די ישיבה וואו מהאט נאר געזאגט רבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 19:15 לינק ישיר 

ר' מענדל איז נישט געבוירן תשל"ז, אפשר תשכ"ז,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 10:01 לינק ישיר 

זייער פשוט דער וו"ב רב שליט"א איז שוין אויפגעוואקסן בעיקר נאכן רבינס פטירה (ער איז געברוין תשל"ז) ממילא רעדט ער נאטורליך וואס ער האט געהערט 
משא"כ רבינו שליט"א רעדט נאטורליך פון די זמנים ווען ער פלעגט זיין טאג טאגליך ובפרט שבתים ביים פעטער און איז מיט דעם אויפגעוואקסן און דאס רעדט פאר אים מער ווערטער
ווי מזעהט ווי פייערדיג דער רבי רעדט ווען ער דערמאנט דאס ווארט פעטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2012 04:55 לינק ישיר 

פארוואס ר' מענדל זאגט שוין נישט פעטער ז"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2012 21:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2012 20:46 לינק ישיר 
הרב מנשה פרידמאן שטעכט עזריאל מיט א טוטפיק איבער 20 יאר צירוק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2012 20:17 לינק ישיר 

המשך...

די וואס קענען די מענטעליטי פון די זאליבעצנס וועלן גוט פארשטיין פון ווי די שוואנצונעס שטאמט,

דאס שטאמט פון דעם, ווייל בעיניהם איז דער רבי'נס נונטסטע מענטשן מיט וועם דער רבי האט זיך שואל עצה געווען וויזוי צו פירן סאטמאר, זענען געווען אנשים פשוטים שלא קרא ולא שימש, וואוילע ערליכע אידן, אבער אנשים פשוטים, ווי למשל, לייבעלע גליק, אלי' דוד טירנוער, להבחל"ח, עזריל גליק, בנימין הערש בערקאוויטש, וכו וכו,

וויזוי גייט נאר די ניגון

"אההה דאס זענען דורכגעווייקטע חסידים, דער רעבע האט זיך שטענדיג שואל עצה געווען מיט איהם,"

"דער סיגעטער??? וואס האט ער דען געהאט מיטן רבין ער האט דאך געהאט א אייגן ביהמ"ד אויף יוז סט. און ב"פ"

איי דער סיגוטער איז א רב, א דיין, א מנהיג פון דערהיים, זיך געווייקט ביים רבי'ן זייט די 11 יאר,

נעעעע, אבער ער זינגט נישט די זעלבער ניגונים ווי דער רעבע, לייבעלע גליק וואס שמעלצט חלב און א פעקטארי, ער איז דער וואס דער רבי האט עכט ליב געהאט, די סיגעטע משפחה האט אפי' דער רבי זייער פיינט געהאט, און נישט געוואלט געבן קיין עלי און נישט געוואלט אנקוקן ביים סדר, אזוי איז דאך מעיד שלמה יאנקל געלבמאן,

נו אויב חלילה ר' זלמן וועט זאגן "פעטער", וועט דאך חלילה משמע זיין אז ער האט עפעס געהאט א נענטערע קירבות צום רעבען ווי זריל גליק, דאס שטעכט שוין ווי א מעסער,

ס'איז קלאר אז דאס ליגט באגראבן אונטער דעם לצנות, טראכט נאר אביסל אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 19:53 לינק ישיר 

לצנות אין א זייט געלייגט,

איך קען פרעגן א נארמאלע קשיא פוון חסידי ר' זלמן,
וואס פאר א שווארץ יאר איז א פראבלעם מיטן רופן "פעטער"?
די חברה זענען געהעריג בארירט ביים זינען,

לאמיר אריינטראכטן אביסל לאגיש,
דער מציאות איז אז דער ברך משה איז געווען א נעפיו פונעם רבי'ן ז"ל, און ער האט איהם זיכער גערופען פעטער,
בפניו פונעם רבי'ן וואלט דאך זיכער געווען א חוצפה נישט צו רופן "פעטער", נאטירליך האט דער רבי זיכער געקוואלן ווען פון זיין געציילטע געבליבענע באליבטע משפחה, באציען זיך מיט משפחה כנויים, יעדער האט דאס געזען, דאס איז א נאטירליכע זאך, צו משפחה שפירט מען א אנדערע קלאס קירבות ווי חסידים,

די קינדער פון ברך משה האבן אויך גערופן דעם רבי'ן בפניו "די פעטער", כראוי,
אינדערהיים אין שטוב פון ברך משה איז א דבר פשוט אז מ'האט זיך באצויגן צום רבי'ן אלס "פעטער",
כידוע איז אין שטוב פון ברך משה דער ווארט "פעטער" געווען א הייליג צידערדיג ווארט וואס האט געכאפט א חרדת קודש, אדרבא פרעג נאר סיי וועלכע פון די קינדער,אפי'  די טעכטער, די מאנטרעאלע רביצין צו מאנסיער רביצין, וואס דער ווארט "פעטער" האט געטראגן אונדערהיים,

דאס איז דברים פשוטים וידועים, לית מאן דפליג,

פארשטייט זיך אז ר' זלמן בילדיתו האט פונקט ווי אלע געשוויסטער ווען ער האט גערעט פון רבי'ן צו זיין טאטע האט ער געזאגט "פעטער", ווען נישט וואלט איהם זיין טאטע געגעבן א זעץ אז ער וואלט געקענט זיכען זיינע ציינער און קאנארסי

נו וואס איז די לצנות ביי די 50 יאר ווען ער ווערט א רבי, טוישט ער פון "פעטער" צו "רבי"?
ביז די 50 יאר איז נישט געווען קיין פראבלעם?
פאר דיין טאטע און אלע געשוויסטער איז עס נישט קיין פראבלעם,

דאס איז א געמיינע זאך און א פחיתות הכבוד, דאס ווייזט עפעס אז צו זיין א קרוב צום רבי'ן איז ביי איהם מער נישט קיין שטאלץ

דער מענטש איז א געהעריגער לץ, צבוע'ניק און חונף,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 18:17 לינק ישיר 

זרילע האט באפוילן אז אויב וועט מען עם לאזן ליגן לעבן ר' יוסף אשכנזי וועט ער לאזן רופן דעם רבי'ן זי''ע
בעל דברי יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 18:01 לינק ישיר 

פאר וואס האט זיך דער האוים אטענדענט זריאל אזוי ציווילדעוועט? וואס האט ער זיך איצט דערמאנט אז מען מען ריפט רבינו הקוה''ט זי''ע בעל דברי יואל, וואס דער נאמען האט רבינו הקוה''ט זי''ע זיך אליינס אויסגעקליבען, עיין הקדמה של ספרו הקדוש דברי יואל,

נאך מער, רבינו שליט''א  איז דאך דער וואס האט געהייסן מען זאל ריפן רבינו הקוה''ט זי''ע ע''ש ספרו ''בעל דברי יואל'' אלזא וואס האט א נידריגער האוים אטענדענט אריין צו רעדן און די דאזיגע ענינים? זיין אויפגאבע איז געווען אנצוכאפן רבינו הקוה''ט זי''ע ווען ער גייט און קימט, אז דער רבי זי''ע זאל חלילה נישט אומפאלן,  וואו אויך אז ער זאל נעמען די ריכטיגע מעדעצינען,וזה הא,
אלזא וואס רעד ער אריין און זאכן וואס זענן ווייט פון זיין פראפעסיע? 

קען זיין אז זיין ידיד נעיריו דער שפחה (לאדשז''א בלע''ז) פון די פוילישע אפשטאמיגע, וואס האט געהאט די זכעה משמש געווען בבית רבינו, בנקיון ביתו נאוה קודש ובתי כסאותיו, האט אים געזאגט אז דער רצון קדשו פונעם רבי'ן איז געווען אז מען זאל אים ריפן בעל ויואל משה, ווייל אזוי גייט זיך בעסער און בג''ץ הציוני? ווער ווייסט?!


תוקן על ידי מישמאש ב- 09/01/2012 18:02:38




תוקן על ידי מישמאש ב- 09/01/2012 18:03:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 05:27 לינק ישיר 

איך הער אז זרילע האט געזאגט טוט-פיק, אבער מ'האט אים געגעבן א ציפ אינעם דיכט'ל, האט ער געזאגט מעסער.
כעזקעלע גליק האט געהאט טענות אז מ'וועט נאך זאגן "פגומ'דיג" מעסער.

פאריגע וואך בין איך געווען ביים ציון הקדוש האב איך טאקע געזען דארט בלוט פון אלע זייטן !

רבן דקרן פון ערגסטן סארט רח"ל !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2012 05:23 לינק ישיר 

די חידוש איז אז דער קדושת יום טוב האט געריפן דעם דברי חיים דער הייליגער רב
אין די קינדער זיינע האבן שוין געזאגט דער רברי חיים

האלט איינער אז די רבי ז"ל מיטן זאגן דער דברי חיים האט געשטאכן מיט מעסער'ס אין ריקן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער פעשער זריל שרייט מען שטעכט אים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext