|
|
| נשלח ב-9/1/2012 19:53 |
|
| |
לצנות אין א זייט געלייגט,
איך קען פרעגן א נארמאלע קשיא פוון חסידי ר' זלמן, וואס פאר א שווארץ יאר איז א פראבלעם מיטן רופן "פעטער"? די חברה זענען געהעריג בארירט ביים זינען,
לאמיר אריינטראכטן אביסל לאגיש, דער מציאות איז אז דער ברך משה איז געווען א נעפיו פונעם רבי'ן ז"ל, און ער האט איהם זיכער גערופען פעטער, בפניו פונעם רבי'ן וואלט דאך זיכער געווען א חוצפה נישט צו רופן "פעטער", נאטירליך האט דער רבי זיכער געקוואלן ווען פון זיין געציילטע געבליבענע באליבטע משפחה, באציען זיך מיט משפחה כנויים, יעדער האט דאס געזען, דאס איז א נאטירליכע זאך, צו משפחה שפירט מען א אנדערע קלאס קירבות ווי חסידים,
די קינדער פון ברך משה האבן אויך גערופן דעם רבי'ן בפניו "די פעטער", כראוי, אינדערהיים אין שטוב פון ברך משה איז א דבר פשוט אז מ'האט זיך באצויגן צום רבי'ן אלס "פעטער", כידוע איז אין שטוב פון ברך משה דער ווארט "פעטער" געווען א הייליג צידערדיג ווארט וואס האט געכאפט א חרדת קודש, אדרבא פרעג נאר סיי וועלכע פון די קינדער,אפי' די טעכטער, די מאנטרעאלע רביצין צו מאנסיער רביצין, וואס דער ווארט "פעטער" האט געטראגן אונדערהיים,
דאס איז דברים פשוטים וידועים, לית מאן דפליג,
פארשטייט זיך אז ר' זלמן בילדיתו האט פונקט ווי אלע געשוויסטער ווען ער האט גערעט פון רבי'ן צו זיין טאטע האט ער געזאגט "פעטער", ווען נישט וואלט איהם זיין טאטע געגעבן א זעץ אז ער וואלט געקענט זיכען זיינע ציינער און קאנארסי
נו וואס איז די לצנות ביי די 50 יאר ווען ער ווערט א רבי, טוישט ער פון "פעטער" צו "רבי"? ביז די 50 יאר איז נישט געווען קיין פראבלעם? פאר דיין טאטע און אלע געשוויסטער איז עס נישט קיין פראבלעם,
דאס איז א געמיינע זאך און א פחיתות הכבוד, דאס ווייזט עפעס אז צו זיין א קרוב צום רבי'ן איז ביי איהם מער נישט קיין שטאלץ
דער מענטש איז א געהעריגער לץ, צבוע'ניק און חונף,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 20:17 |
|
| |
המשך...
די וואס קענען די מענטעליטי פון די זאליבעצנס וועלן גוט פארשטיין פון ווי די שוואנצונעס שטאמט,
דאס שטאמט פון דעם, ווייל בעיניהם איז דער רבי'נס נונטסטע מענטשן מיט וועם דער רבי האט זיך שואל עצה געווען וויזוי צו פירן סאטמאר, זענען געווען אנשים פשוטים שלא קרא ולא שימש, וואוילע ערליכע אידן, אבער אנשים פשוטים, ווי למשל, לייבעלע גליק, אלי' דוד טירנוער, להבחל"ח, עזריל גליק, בנימין הערש בערקאוויטש, וכו וכו,
וויזוי גייט נאר די ניגון
"אההה דאס זענען דורכגעווייקטע חסידים, דער רעבע האט זיך שטענדיג שואל עצה געווען מיט איהם,"
"דער סיגעטער??? וואס האט ער דען געהאט מיטן רבין ער האט דאך געהאט א אייגן ביהמ"ד אויף יוז סט. און ב"פ"
איי דער סיגוטער איז א רב, א דיין, א מנהיג פון דערהיים, זיך געווייקט ביים רבי'ן זייט די 11 יאר,
נעעעע, אבער ער זינגט נישט די זעלבער ניגונים ווי דער רעבע, לייבעלע גליק וואס שמעלצט חלב און א פעקטארי, ער איז דער וואס דער רבי האט עכט ליב געהאט, די סיגעטע משפחה האט אפי' דער רבי זייער פיינט געהאט, און נישט געוואלט געבן קיין עלי און נישט געוואלט אנקוקן ביים סדר, אזוי איז דאך מעיד שלמה יאנקל געלבמאן,
נו אויב חלילה ר' זלמן וועט זאגן "פעטער", וועט דאך חלילה משמע זיין אז ער האט עפעס געהאט א נענטערע קירבות צום רעבען ווי זריל גליק, דאס שטעכט שוין ווי א מעסער,
ס'איז קלאר אז דאס ליגט באגראבן אונטער דעם לצנות, טראכט נאר אביסל אריין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 20:46 |
|
| |
הרב מנשה פרידמאן שטעכט עזריאל מיט א טוטפיק איבער 20 יאר צירוק

|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2012 21:31 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 04:55 |
|
| |
פארוואס ר' מענדל זאגט שוין נישט פעטער ז"ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 10:01 |
|
| |
זייער פשוט דער וו"ב רב שליט"א איז שוין אויפגעוואקסן בעיקר נאכן רבינס פטירה (ער איז געברוין תשל"ז) ממילא רעדט ער נאטורליך וואס ער האט געהערט משא"כ רבינו שליט"א רעדט נאטורליך פון די זמנים ווען ער פלעגט זיין טאג טאגליך ובפרט שבתים ביים פעטער און איז מיט דעם אויפגעוואקסן און דאס רעדט פאר אים מער ווערטער ווי מזעהט ווי פייערדיג דער רבי רעדט ווען ער דערמאנט דאס ווארט פעטער
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 19:15 |
|
| |
ר' מענדל איז נישט געבוירן תשל"ז, אפשר תשכ"ז,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2012 20:36 |
|
| |
גערעכט כ"ז נישט ל"ז עכ"פ אין יענע צייט אין די נישט געזינטע יארן פון רבין ז"ל איז שוין סאטמאר געווען גרויס ובעיקר איז שוין דער רב געווען אין די ישיבה וואו מהאט נאר געזאגט רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2012 04:35 |
|
| |
לאנג זאל לעבן ר' זרילע, און קענען פארזעצן צו זאגען הויך וואס די זאליס האבן אין בויך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2012 04:56 |
|
| |
אין דער איד איז דא די וואך די דרשה פון עזריאל, ווער עס האט עס זאל עס ביטע אריינסקענען פארן עולם, ווען איך האב עס געליינט האב איך זיך געדרייט פאר געלעכטער, עס איז נישט צום גלייבן ווי משוגע צודרייט די זאליס זענען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2012 05:00 |
|
| |
דער איד מיט זרילע'ס דרשה איז ממש ווי איינער זאל ארומפארן מיט א מייק קאר און שרייען הויך, די מלחמה צווישן ויואל משה און דברי יואל האמיר מיאוס פארלוירן. עס שטעכט און טוט וויי.
|
|
|
|
|