פייערליכע און אויפריכטיגע דרשה פון משב"ק רבותינו הרה"ח ר' עזריאל גליק יעצט ביים דינער
יעצט ביים צענטראלער דינער לטובת מוסדותינו הקדושים אין קרית יואל בהשתתפות אלפי אנ"ש ובראשם רבינו שליט"א, האט הרה"ח הישיש ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק רבותינו געהאלטן א פייערדיגע דרשה וואו ער האט שארף אראפגעריסן דעם כת וועלע ווילן פארדרייען און חרוב מאכן אלעס וואס רבינו זי"ע האט אויפגעבויעט.
פרטים יבואו
נשלח ב-18/1/2012 18:28
לדעתי איז אפשר לשיטת הבני יואל ור' עזריאל דאס נישט זינגען ר' יוסל'ס לעצטע לא תבושו א גרעסער מעסער פאר'ן רביה"ק.
ווייל אזוי פארגעסט מען אינגאנצן פונעם רבי'ן. ווען מ'זאגט דברי יואל, זאגט מען עפעס, אבער מיט'ן "נישט זינגען" דעם לא תבושו איז די תקלה פיל גרעסער.
דאס איז בדרך אפשר.
נשלח ב-18/1/2012 04:18
דראמע עזריאל גליק א מעסער אין ריקן !
נשלח ב-18/1/2012 00:03
געלעכטער כתב:
ווייטער ספינסטו. דו ענטפערסט נאך אלץ נישט פארוואס אין בעלזא רופט מען דעם בעלזא רב מהר"א דער רב ז"ל, אין סקווירא רופט מען דען אלטן סקווירא רבי דער רבי זי"ע, און אין סאטמאר רופט מען דעם רבין זי"ע דער רבי זי"ע, אבער ביי די אהרונים רופט מען דעם רבין זי"ע דער דברי יואל. דאס איז איינס.
ווי האסטו געזען אז ביי די ארונים רופט מען דער רבין אנשטאט "רבי ז"ל" זאל מען אים רופן "בעל דברי יואל" ???
לא היה הדברים מעולם.
סכ"ה אויף א מקום ווי מען רעדט פון רבותינו הקדושים זי"ע, ווי מען דארף ארויסברענגן וועלכע רבי מען רעדט דארט דערמאנט מען "דער רבי ז"ל דער בעל דברי יואל" אדער דער רבי ז"ל "דער בעל ברך משה" (וואס די פראבלעם איז ביי די זאליס טאקע נישט דא, ווען דער נאמען פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווערט נישט דארט דערמאנט לטוב )
אפשר מאכט מען א וויי געשריי אין סקווירא היתכן פון רופט דעם סקווירא רבי ז"ל "מרה"ד" אין נישט רבי ז"ל ? פארוואס קומט זיך פאר ר' יעקב יוסף זצ"ל די טיטול "רבי ז"ל" ??
אויף וועמענס היתר רופט מען אין פאפא דער ויגד יעקב? אויף וועמענס היתר רופט מען אין גור "דער בית ישראל"?? אויף וועמענס היתר רופט מען אין וויזניץ דער "אהבת ישראל"?
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 18/01/2012 00:05:30
נשלח ב-17/1/2012 23:51
געלעכטער כתב:
איך בין בכלל נישט נאריש, און די ווערטער האבן טאקע געטראפן די אהרונים טיף צום פינטל, ווייל עס איז אויפגעדעקט געווארן זייער שלייער דורך נישט קיין צווייטער ווי אזא איד ווי ר' עזריאל גליק וואס האט אויסגעשריגן דעם אמת אז די אהרונים ווילן אויסרייסן דעם רבי'ן זי"ע און אים אראפמאלן ווי עפעס א דברי יואל, א חלק פון די גזע פון וואו אהרן טייטלבוים קומט, און נישט אלס דער רבי דער מייסד און מנהיג פון די קהלה קדושה סאטמאר וואס זיינע הוראות זענען מחייב.
אזוי גאר?? מען האלט שוין ביי דעם אז ווער עס רופט אים "דברי יואל" רייסט אויס די רבי ז"ל???
טא פארוואס האט דער רבי ז"ל געגעבן א נאמען פאר זיינס א ספר, די צוויי שרעקעדיגע ווערטער "דברי יואל" וואס די נאמען טוט ליידער אויסמעקן דאס גאנצע וואס ער האט זיך אנגעבויט??
אגב קינד מיינס: עפן אויף דער ספר הקדוש "דברי יואל" כאטש איין מא לא חודש, און זאג מיר וויפיל שטיקלעך מען טרעפט דארטן וואס ערהאלט נישט אין זיך קיין קנאות? די ספר דברי יואל איז פיל דף נאך דף מיט פייערדיגע קנאותדיגע שטיקלעך, די הייליגע שלש סעודת תורות וכו', סא ווי אזוי ווערט דאס גאנצער הייליגער דרך אויסגעמעקט אויף מען רופן אים אויף די נאמען פונעם ספר וואס ער אליינס האט געגעבן און שרייבט דעראויף זה שמי וזכרי???
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 17/01/2012 23:52:27
נשלח ב-17/1/2012 23:47
סעלפאון מאכט זיך פארגעסנדיג פון די מכות וואס די בני יואל האט דאן געגעבן פאר'ן ברך משה, און אים געטרונקען דאס בלוט, פאר'ן א נאמען געבן "ויואל משה", ווייל "לכבוד עצמו הוא דורש". וד"ל.
אפשר איז פארגעסן יעצט יא וויכטיג. איך ווייס שוין אליינס נישט.
נשלח ב-17/1/2012 23:40
סעלפאן כתב:
ביים חנוכת הבית פונעם ת"ת געביידע אויף בעדפארד עוו ווי עס לערנען די נוירסערי קינדערגארטן קינדערלעך אויך איז דארט סטאנציאנירט די חתונה זאלן און די בארימטע שמח תשמח זאלן, האט דעמאלטס די רבי ז"ל די בעל ברך משה געהייסן אז די בנין זאל מען א נאמען געבן בנין "ויואל משה" אז עס זאל זיין לזכר דעם רבינו הק' זצ"ל.
ממש אזוי??? קומט אויס אז ווען ער האט געגעבן פארן קעמפ שנת תשס"א די נאמען "מחנה דברי יואל" האט ער ל"ע זיך אפגעריסן פונעם הייליגען רבין זי"ע??? וויי געוואלד!!! אזוינס טוהן פאר א פעטער.
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 17/01/2012 23:41:04
נשלח ב-17/1/2012 22:26
@SatmarThoughts just wonder, how come not der yid nor other publications write about R’ Ezriel’s drusha how it pains him the “Divri Yoel” and “Feter z”l”, there is no Tape of it either, are they ashamed with it? Or he never said that
נשלח ב-17/1/2012 19:58
היינט רעד איך צו א יונגערמאן איבער די נושא, און יענער זאגט מיר נאך די אמעראצעס און דברי שטות וואס עס שטייט דא אויף היידפארק.
זאג איך פאר יענעם איין ווארט:
אז ר' עזריאל גליק איז שוין לאנג בייז אויף קהילת מהר"א, נאך פון תשמ"א, ווען מ'האט אויפגעהערט זינגען דעם "לא תבושו" מיט דעם ניגון וואס רביה"ק האט געזונגען בשנתו אחרונה לפני הסתלקותו. דעמאלט האט שוין ר' עזריאל פארפירט אז מ'פארגעסט פונעם רבי'ן. ובכן דאס רופן רביה"ק בעל דברי יואל איז אלטע נייעס ווי מ'זאגט.
דער יונגערמאנטשיקל, וועלכער האט געוויס נישט געדענקט די שרעקליכע קאמפן איבער די "לא תבושו ניגון" תקנה וואס ר' עזריאל האט אנגעפירט ביד חזקה 2 יאר, האט אוודאי געלייקענט שטיין און ביין אז בין א שקרן.
וויל איך דא נעמען נאך אן אנקעטע פון די "עלטערע" וועלכע געדענקען דאס.
ודי בזה
נשלח ב-13/1/2012 03:03
געלעכטער היקר: ביטע קוק זיך אן פאר א רגע.
דו ביסט דא דער 5'טער זיך מתווכח זיין איבער די פוסטע שטותים פון ר' עזריאל. אנגעהויבן ביידען, טאטעלע, אומזיסט, דזשיגאן און געלעכטער.
איך האב געשריבן אויבן, אז הגריח"מ פריעדמאן האב איך געזען אין הסכמות אנרופן רביה"ק מסאטמאר בעל דברי יואל.
ווואס שפילסטו גולם?
אז ר' עזריאל האט גערעדט דברי שטות ביזטו מחויב אים צו דעקן?
דאס פערדישקייט טאנצט דאך פון דיין פעדער מיט יעדן אות.
ביטע זיי רעאליסטיש !
נשלח ב-13/1/2012 02:44
געלעכטער כתב:
צווייטענס ברענג מיר נאך איין תלמיד פון רבין זי"ע, חוץ שמואל ווידער און אהרן טייטלבוים, וואס האבן געזאגט אז דער לשמי ולזכרי אויפן ספר דברי יואל מיינט אז דער רבי האט זיך קובע געווען לדורות מ'זאל אים אזוי רופן?
נשלח ב-13/1/2012 02:13
[quote]ווייטער ספינסטו. דו ענטפערסט נאך אלץ נישט פארוואס אין בעלזא רופט מען דעם בעלזא רב מהר"א דער רב ז"ל, אין סקווירא רופט מען דען אלטן סקווירא רבי דער רבי זי"ע, און אין סאטמאר רופט מען דעם רבין זי"ע דער רבי זי"ע, אבער ביי די אהרונים רופט מען דעם רבין זי"ע דער דברי יואל. דאס איז איינס.
צווייטענס ברענג מיר נאך איין תלמיד פון רבין זי"ע, חוץ שמואל ווידער און אהרן טייטלבוים, וואס האבן געזאגט אז דער לשמי ולזכרי אויפן ספר דברי יואל מיינט אז דער רבי האט זיך קובע געווען לדורות מ'זאל אים אזוי רופן?[/quote].
איך בין באמת צומישט וואס דא קומט פאר און עס מוז זיין אן אומפארשטענדעניש פון אזא קלייניקייט. איך האב ב"ה א שטוב מיט ערוואקסענע קינדער און ווען מ'רעדט פונעם רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל זאגט מען דער רבי זי"ע און אויב איינער ווייסט נישט פון וועמען מ'רעדט זאגט מען "דער דברי יואל".
ווען מ'וויל עפעס זאגן פון ברך משה זאגט מען דער ברך משה.
אין חדר זאגן די מלמדים די זעלבע זאך, מ'זאגט דער רבי דער בעל דברי יואל. וואספארע כפירה ומינות שטעקט דא?
נשלח ב-13/1/2012 02:08
איך בין בכלל נישט נאריש, און די ווערטער האבן טאקע געטראפן די אהרונים טיף צום פינטל, ווייל עס איז אויפגעדעקט געווארן זייער שלייער דורך נישט קיין צווייטער ווי אזא איד ווי ר' עזריאל גליק וואס האט אויסגעשריגן דעם אמת אז די אהרונים ווילן אויסרייסן דעם רבי'ן זי"ע און אים אראפמאלן ווי עפעס א דברי יואל, א חלק פון די גזע פון וואו אהרן טייטלבוים קומט, און נישט אלס דער רבי דער מייסד און מנהיג פון די קהלה קדושה סאטמאר וואס זיינע הוראות זענען מחייב.
נשלח ב-13/1/2012 01:55
געלעכטער
איר זאגט אז ער האט גערעדט קעגן די ארונים
וויל זיי רופן אים נישט רבי זי"ע נאר דברי יואל זי"ע?
שעמסט דיך נישט?
אזוי נאריש
נשלח ב-13/1/2012 01:49
ווייטער ספינסטו. דו ענטפערסט נאך אלץ נישט פארוואס אין בעלזא רופט מען דעם בעלזא רב מהר"א דער רב ז"ל, אין סקווירא רופט מען דען אלטן סקווירא רבי דער רבי זי"ע, און אין סאטמאר רופט מען דעם רבין זי"ע דער רבי זי"ע, אבער ביי די אהרונים רופט מען דעם רבין זי"ע דער דברי יואל. דאס איז איינס.
צווייטענס ברענג מיר נאך איין תלמיד פון רבין זי"ע, חוץ שמואל ווידער און אהרן טייטלבוים, וואס האבן געזאגט אז דער לשמי ולזכרי אויפן ספר דברי יואל מיינט אז דער רבי האט זיך קובע געווען לדורות מ'זאל אים אזוי רופן?