דברות קודש חוצב מלהבות אש פון רבינו שליט"א ביים קרית יואל'ער דינער
היינט ביים דינער אין קרית יואל לטובת די מוסדות הקדושים, האט רבינו שליט"א מאריך געווען בדברות קדשו א לענגערע צייט און האט ברייט ארומגערעדט בענינים העומדים על הפרק.
רבינו שליט"א האט שטארק מרעיש עולמות געווען איבערן נגע און קרענק פון אונזער דור, דער סעלפאן מיט טעקסט מעסעדזשעס. דער רבי האט געזאגט אז מ'זעט בחוש אינגעלייט וואס זיצן אינדערהיים און אגאנצן צייט נעמען זיי ארויס דעם טעלעפאן צו טעקסטן, אז דאס שטערט זייער שלום בית און זייער חינוך הבנים!
אזוי אויך האט רבינו שליט"א מעורר געווען אז א סאטמארער אינגערמאן ברויך אויסצוהערן יעצט אין די ימי השובבי"ם די שובבי"ם טעיפס פון רביה"ק זי"ע וועלכע וואשן אויס דעם נפש פון די צוהערער.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א גענומען איבער די פראבלעמען פון אחב"י אין ארה"ק. די מערכה איבער די הפקעה אין מירון, דער רבי שליט"א האט געזאגט גאר שטארקע ווערטער אנצייגענדיג ווי ווייט די קרייזן וועלכע נעמען געלט פון די מדינה זענען פארפארן פונעם וועג, אז אפילו רשב"י, וואס הכל מודים אז ר' שמעון לכל, אבער ווען עס קומט צו א מערכה איבער זיין מקום קבורה הערט מען נישט קיין ווארט פון די קרייזן, נאר פון די הייפעלע ערליכע אידן וועלכע זענען לוחם על צביונה של קדושת העיר והארץ ע"פ דרך התורה.
דער רבי האט אויך בארירט דעם שנאת הדת וואס הערשט די טעג אין ארץ ישראל, ציטירענדיג פון א געוויסן גרויסן רבי'ן אין ארץ ישראל וואס האט געזאגט ביי די חנוכה ליכט אז דער וועג וויאזוי זיך צו שלאגן מיט די שונאי הדת איז דורך בויען נאך בנינים פאר מוסדות התורה. האט אויף דעם דער רבי געזאגט אז דאס איז טאקע דער ענטפער אפצושלאגן די כוחות הטומאה ווען די מוסדות זענען על טהרת הקודש און נישט מיט פארדרייטע השקפות וכדומה, אבער אויב איז דער קדושה מעורב מיט די טומאה איז דאס נאך פיל ארגער.
דאס זענען בערך די נקודות וואס דער רבי האט ארומגערעדט. מיר האפן צו באקומען דעם פולען טעקסט פון די דברות קודש און זיי ארויפלייגן.
דיין אגענדע דא וועל איך סייוויאזוי נישט קענען אפפרעגן, טא לאמיר זיך פארגלייכן אויף דעם אז ס'איז דעם חזון איש'ס שיטה. וואס ווילסטו יעצט זאגן? אז דער בעלזער איז גערעכט?
נשלח ב-10/1/2012 21:12
איז זעה אז אין היסטאריע ביז קנאפ באקאנט. ווען דער חזון איש האט רעדט צום רבי'ן זי"ע האט נאך די מדינה נישט געטיילט קיין געלט פאר מוסדות התורה.
דאס איז ראשית. שנית, ליינסטו ווייטער נישט, נאר דו שיסט גענצליך בלינד. דער בעלזער האט גענוצט די שיטה פון חזון איש, אן דעם וואס ער זאל קרעדיטירן און זאגן דבר בשם אומרו אז די שיטה איז פונעם חזון איש.
דריטנס, אויף חילונים צו מדינת ישראל, דארף מען איבערהערן דעם שמועס, וועלכע לשון עס ווערט דארט גענוצט.
נשלח ב-10/1/2012 21:04
מיין קאפ ארבעט ב"ה פיין, און וויפיל דו וועסט פרובירן מדמה צו זיין דעם בעלזער מיט להבדיל דער חזון איש וועסטו נישט מצליח זיין.
דער חזון איש האט געזאגט אז מ'זאל בויען מוסדות צו באקעמפן די מדינת הציונות, ווידעראום דער בעלזער זאגט מ'זאל בויען מוסדות צו באקעמפן די חילונים, נישט מדינת ישראל, ווייל אן די מדינה קען ער קיין מוסדות נישט בויען.
נשלח ב-10/1/2012 20:57
זשיגאן.
דו רעדסט ווי א צעבראכענע טעיפ רעקארדער. און דו ליינסט בכלל נישט וואס יענער זאגט. פאני?
איך זאג אז די שיטה פון בויען מוסדות צו באקעמפן די מדינה הציונית שטאמט פונעם חזון איש. און אז דער בעלזער האט דאס גע'גנב'ט און נישט נאכגעזאגט פון וועמען דאס קומט.
איך רעד נישט פון וועלכע סארט מוסדות התורה. איך רעד פון די שיטה ספעציעל.
דאס איז אינעם שמועס פונעם חזון איש מיט'ן רבי'ן זי"ע.
נשלח ב-10/1/2012 20:49
הייסט דאס איז די זעלבע שיטה, די מוסדות התורה וואס דער חזון איש האט געמיינט און להבדיל די מוסדות וואס דער בעלזער מיינט?
גראדע איז דעם חזון איש'ס שיטה מער ענדליך צום רבין שליט"אס מהלך ווי צו להבדיל דער בעלזער, ווייל דער רבי זאגט אז מ'דארף טאקע בויען מוסדות, אבער על טהרת הקודש, נישט מעורב טוב ברע ווען מ'נעמט געלט און מ'לערנט פאלטשע השקפות.
נישט דאס איז דער פאינט.
מ'רעדט פון די שיטה: דער חזון איש האט דאס געזאגט פאר'ן רבי'ן זי"ע בערך 50 יאר צוריק, אז דער וועג צו באקעמפן די מדינה איז נאר דורך בויען מוסדות התורה.
און אז דער בעלזער האט גע'גנבט די שיטה און זאגט נישט נאך פון וועמען עס קומט.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 10/01/2012 20:35:26
נשלח ב-10/1/2012 20:28
רבי יונה (לאנצוט) זאג כאטש להבדיל ווען דו זאגסט דעם הייליגן חזון איש'ס נאמען ביינעזאם מיטן בעלזער !
אבער אפילו לויט דיין פארדרייטע שיטה האט דאס זיכער דער חזון איש געזאגט אויף מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט, נישט מוסדות וואס זענען מעורב טוב ברע.
נשלח ב-10/1/2012 20:14
גראדע איז די שטעלונג פונעם בעלזער'ס גע'גנב'ט פונעם חזון איש. אינעם שמועס פון רביה"ק מסאקמיר מיט'ן חזון איש האט דער חזון איש דאס געזאגט
אז דער איינציגסטע עצה וויאזוי מ'קען בייקומען די טומאה פון ציוניות איז נאר דורך בויען מוסדות הקדושים.
דער בעלזער האט דאס פשוט א גנב'ע געטאן.
נשלח ב-10/1/2012 19:24
איך ווייס נישט צי דו בוסט א סאטמארער בכלל, אבער דער רבי דער ברך משה זי"ע האט ביי אפיציעלע אידישקייט דרשות, ווי למשל כ"א כסליו, מער ווי איינמאל אטאקירט דעם בעלזער און אפילו אנדערע רבי'ס און חסידות.
נשלח ב-10/1/2012 19:21
דשיגאן
איך פארענפער נישט די ארונים
איך רעד אבער אויך נישט פון פאליטיק זאכן
א נארמאלע אידישקייט דרשה האב איך נאכנישט געהערט אזוי
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט מסתמא נישט גערעדט אזוי פאָני צו רעדן פון יענע רבי'ס דרשה
אפשר בין איך מיך טועה לאמיר הערן
נשלח ב-10/1/2012 19:10
מיינסטו צו זאגען אז דו ביסט נאר צוגעוואוינט צו הערען רעדען פון א אנדערע רבי ווען מ'לייגט צו עפרא לפומיה, אדער זיין מיינונג איז נישט קיין מיינונג, דעמאלץ איז עס נישט אזוי פאני?
נשלח ב-10/1/2012 19:05
איך ווייס נישט צי ער האט זיך ממש געבעטן, צי ער האט באצאלט דערפאר, אבער אין די פרעסע איז עס געווען.
און רבינו שליט"א האט דאס זייער שיין מסביר געווען, אז די עצה פונעם בעלזער מ'זאל בויען נאך מוסדות און אזוי ארום זיך שלאגן מיט די טומאה, איז זייער גוט ווען דער מוסד איז על טהרת הקודש, אבער אויב איז דער מוסד א חלק פונעם קשר רשעים וואס נעמט געלט פון די מדינה, איז דאך דער קדושה מעורב מיט טומאה, האט מען גארנישט פון אויפשטעלן נאך מוסדות.
נשלח ב-10/1/2012 19:05
כהאב נאך נישט גיהערט א רבי רעדן פון די דרשה פון א אנדערע רבי