| נשלח ב-9/1/2012 22:07 |
|
| |
הגז''ל לעקט זיך צו די ראדיקאלע בני יואל דשיהאדין!!!
דעם פארגאנגענעם מוצש''ק ביי די דינער פאר די סאסמאנ'ס מוסדות, האט א גרז''ל מעורר געווען אז מען זאל הערן די קאסעטעס פון די שובבי''ם תורת פון רבינו הקוה''ט זי''ע,
מיר האבן אלע געהאט די זכיה צו הערן פונם רבי'ן די ברך משה זי''ע הינדרעטער מאל אז מען זאל לערנען כסדר די הייליגע ספרים פונעם רבי'ן זי''ע,
אזוי אויך הערן מיר כסדר פון רבינו שליט''א בכל עת מצוא, דאס נחיצות הענין פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבי'ן זי''ע,
אבער הערן קאסעטעס? דאס האבן מיר קיינמאל נישט געהערט מעורר זיין דעראויף,
אדרבה אויב א יוד שפירט אן התעורות ביים הערן די קאסעטעס, אשרי לו, אבער מעורר זייין דעראויף? איז זייער מאדנע,
דאס פאסט נאר פאר די בני יואל, ביי איז הערן די קאסעטעס, די תניעות און נסחאות פון רבינו הקוה''ט זי''ע א סאך וויכטיגער וואו צו לערנען די הייליגע תורת און די ספרים פון רבי'ן זי''ע, און זיך פירן אויף די הייליגע וועגן וואס ער האט אינז געלערנט,
דער רבי זאלישעל האט נישט קיין סימפאטיע פון די פרימע בני יואל, די בעלי שיטה, זיי גרוילן זיך פון יעדע זאך וואס הייסט טייטעלבוים, ביי איז דער סיגוטער מיט זיינע בנים פארפיינט, און פארהאסט, אויפן ערגסטען אופן אזוי זיי האבן מקבל געווען פונם מ''מ פון רבינו הקוה''ט זי''ע (לשיטתם) די הייליגע רעבעצין ז''ל, זיי זענען פארנימען מיט די שובבי''ם קאסעטעס, מיט די תניעות און גרומאסען פון רבינו הקוה''ט זי''ע.
ביי רבי זאלשעל וועט איר נאר טרעפן די לייצים און פלאטיקאנטען, וואו זריאלללללללללללל, דער בדחן הירוק, דער שלעגער ברוך מרדכי אקערמאן, דער לץ פייוול ווייס, די בענעקאס פון שמואל קרויס לרפ''ש, א פאר צוקוועשטע טירנויערס, יאשקעלע מסור ימ''ש, דער חכם שילדקרויט, זה הא!
זעט אויס אז דער רבי זאלישעל וויל פארשפרייטען זיין רביסטעווע אויף די פרימע בני יואל אויך, דעריבער האט ער אויף די קליגע עיצה פון בדחן געלבמאן מיט ברוך מרדכי אקערמאן מעורר געווען אויף די שובבי''ם קאסעטעס, וואס ער אליינס הערט קיינמאל נישט אויס, ער הערט נאר די דשיגאן קאסעטעס,
אנשטאט דער דשיגאנער לץ, דער נויזוויק פעקער, דער פשיהא גראבער מן הארץ, זאל מעורר זיין צו לערנען די היילגע ספרים פונעם רבי'ן זי''ע, איז ער מעורר אז מען זאל הערן קאסעטעס, סארא חונף, סארא שוטה!
דער הייליגער ברך משה זי''ע פרעגט זאגן אז נאר מיטן לערנען די הייליגע ספרים פונעם רבי'ן זי'ע קען מען זיך דערהאלטען דא אונעם גלות אמעריקא,
נישט מיטן נאכמאכן די הייליגע תניעות וואס דער רבי האט געמאכט ביי תפילין לייגן, אדער עסן פיר עקאיגע פארפאל מיט געדישעכס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 05:56 |
|
| |
| בלומבערג כתב: |  | די רבי האט אין זיין לעבן נישט געוואלט רעדן אויף קיין טעלעפאן
זאל ער רעדן אין א טעפרעקאדער אין שבת ?
די זאלי'ס זענען פאר זייער אינטערס גרייט מבזה צי זיין דעם רבי'ן עד הסוף
שעם דיך זאלי ! |
|
די רבי ז"ל האט יא גערעדט אויפן טעלעפאן
און וועגן טעפס אין שבת קוק אין מיין פריערדיגע תגובה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 05:55 |
|
| |
| האנדא כתב: |  | רבינו הקדוש אליינס איז געוען דערקעגען, ע''פ הלכה, ער האט דאך נאך געהאלטען פאר ברכות המזון, עס איז אן הלכה שאילה! די ערשטע מאל און די היסטאריה ווען א''ג רב שטעלט זיך אויף מעורר זיין אז מען זאל הערן קאסעטעס וואס איז אפגעכאפט געווארן ווען עס איז נאך געווען שבת ביים אריין רעדער! נישט מעגליך אז די רבי האט מסכים צי קיין טעיפ'ס ווייל טאמיר יא איז עס חשש חילול שבת
א חוץ אז ער האט געזאגט ברוך המבדיל וואז איז לכאורה נישט מעגליך ווייל ער האט געזאגט רצה ביים בענטשן
קוקט אויס ווי נאך א געבאקענע מעשה פין זרילע/געלער בדחן |
|
איך וייס נישט ווואס די דרייסט א קאפ וועגן חילול שבת, ווערט דען נישט יעדע וואך ביי שלש סעודות ביים רבי'ן שליט"א אפגעטעפט די תורה, מען קען עס מיטהאלטן אויף קול סאטמאר, צומאל אפי' לייו הוק אפ, אפי' די רבי האלט פאר'ן בענטשן
שמעתי פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטטש און אויך פון הרה"ח ר' מאיר ישראל גאלדבערגער שליט"א וואס זיי פלעגן אפטעפן די תורות, אז זיי האבן געפרעגט ביי ר' יונתן שטייף זצ"ל און ער האט זיי געזאגט אז עס איז נישט דא דערביי קיין שום שאלה!
אזוי אויך די מעשה וועגן די נשא תורה איז 100% אמת!!! אז די רבי האט אינמיטן די וואך געהייסן אז מען זאל דאס שיקן קיין ארץ ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2012 02:14 |
|
| |
http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=14491
מהר"י מסאטמר נגד דברי האדמו"ר מבעלזא ● להאזנה היריבות ארוכת השנים בין חסידות סאטמר ובעלזא נראה שעולה מדריגה, זאת לאחר דברים שאומר השבוע האדמו"ר מסאטמר, שמגיב על דברי האדמו"ר מבעלזא שליט"א. ירוחם שמואלביץט"ו בטבת התשע"ב 14:42
30 שנה שחצרות בעלזא וסאטמר לא חיים בשלום כשהרגע ההיסטורי לכך, היא אותה החלטה בשנת תשמ"א של חסידות בעלזא, להתנתק מהעדה החרדית. במהלך השנים היריבות הייתה ידועה לכל, אך עימותים פומביים לא נרשמו בשנים האחרונות, לעומת השנים הראשונות של היריבות. לאחרונה היו אף מי שדיברו על אפשרות של התקרבות שני הצדדים ומהלכים של שלום בין החצרות, אלא שהתבטאות של האדמו"ר מהר"י מסאטמר בימים האחרונים, מלמדת אחרת. בדינר שהתקיים השבוע לטובת מוסדותיו של האדמו"ר שליט"א, הוא התייחס לדברי כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א בימי החנוכה, שאמר כי לא כל אחד מסוגל וראוי להילחם את מלחמות הדת, כשהוא אומר כי מה שצריך זה לבנות את עצמינו, וכך הרשעים ייכנעו מעצמם. במהלך הדינר ציטט האדמו"ר מסאטמר שליט"א את הדברים של האדמו"ר מבעלזא, ואמר כי אם יש קשר בין הקדושה לטומאה ע"י קבלת כסף מהם וכדו', אז הוספת הקדושה לא מועילה להכנעת הטומאה. בנוסף אמר האדמו"ר, כי כהכנעת הטומאה ע"י הוספת צד הקדושה זה רק כשהרשעים עושים מעשי רשע אצלם, אולם כשהרשעים עושים מעשי רשע בתוך ציבור יהודים שומרי תומ"צ, אז צריך להלחם איתם בתוקף ובמסירות נפש.
תוקן על ידי פשווארסק ב- 11/01/2012 02:15:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 20:24 |
|
| |
נישט ריכטיג.
עס איז געווען אמאל צייטן וואס מ'האט "נישט געטארן" דרוקן תורה שבעל פה. דערנאך האט מען געזען אז מ'פארגעסט האט מען עס מתיר געווען.
היינט איז דרוקן תורה שבעל פה איז זיכער א מצוה.
די זעלבע זאך: היינט איז וויכטיג צו הערן די טעיפס, ווייל ס'איז בלי ספק מעורר אידן צו תשובה ותיקון המעשים. האט ער דען געזאגט אז מ'זאל מער נישט לערנען די ספרים. ניין.
ער האט בלויז געזאגט אז מ'זאל הערן די טעיפס. איז וואס.
ביטע זייט אויפריכטיג. נעמטס אוועק אייער נארישע שנאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 18:44 |
|
| |
1) עס איז זייער א גוטע זאך צו הערן די טעיפס פון רבין זי"ע-ז"ל, אבער א טפשות אז די רבי זאל קאמפיינען דערפאר.
2) עס איז זייער א קיוט זאך זיך צו באציען צו די חנוכה תורה פון "עפעס א רבי" אין אר"י (דער בעלזער), אבער א טפשות ווען די רבי זאגט דאס אין א דרשה.
דאס אלעס איז אבער גילטיג ווען איינער רעדט לויט זיינע אייגענע השגות און החלטות, אבער בנידן דידן רעדט מען פון א 'לעבעדיגע טעיפ רעקארדער' וואס זאגט [כמעט גוט] נאך דאס וואס די ארומיגע זעעהן פאר פאסיג לפי המצב, והדברים מובנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 18:22 |
|
| |
איך האב געהערט אז די רבי ז״ל האט געזאגט ברוך המבדיל ווייל ער האט געוויסט אז מ׳ רעקארד אים
און ער האט טאקע נישט געזאגט רצה
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 01:03 |
|
| |
אין סאטמאר הערט מען פינקט אזוי די טעיפס אין אלע בתי מדשים נאך ש''ש אין ס'קיינעם נישט בייגעפאלען צו מאכען א גאנצע פראפאגאנדע פין דעם
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 00:41 |
|
| |
פארוואס מעג מען יא זאגן דער זיידע דער ישמח משה, און דער פעטער דער דברי יואל טאר מען נישט זאגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2012 00:15 |
|
| |
לאנצוט, ער זאגט זייער גוטע פוינטס, אבער ס'האט אזא פנים ווי ווען משה מאנרויער פלעגט זאגן זיינע דרשות ביים דינער, ברשות כַּק מִרָן אדמור שליטא (ווער סגעדענקט די צייטן)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:49 |
|
| |
די רבי האט אין זיין לעבן נישט געוואלט רעדן אויף קיין טעלעפאן זאל ער רעדן אין א טעפרעקאדער אין שבת ?
די זאלי'ס זענען פאר זייער אינטערס גרייט מבזה צי זיין דעם רבי'ן עד הסוף
שעם דיך זאלי !
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:40 |
|
| |
הגז"ל:
כ'האב געקלערט, נאך ר' עזריאל'ס רעדן וואס קען איך נאך צולייגן, כ'וועל נאר פארדארבן
ודפח"ח.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:35 |
|
| |
נישט מעגליך אז די רבי האט מסכים צי קיין טעיפ'ס ווייל טאמיר יא איז עס חשש חילול שבת א חוץ אז ער האט געזאגט ברוך המבדיל וואז איז לכאורה נישט מעגליך ווייל ער האט געזאגט רצה ביים בענטשן
קוקט אויס ווי נאך א געבאקענע מעשה פין זרילע/געלער בדחן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:35 |
|
| |
די ליגענער!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:33 |
|
| |
| האנדא כתב: |  | רבינו הקדוש אליינס איז געוען דערקעגען, ע''פ הלכה, ער האט דאך נאך געהאלטען פאר ברכות המזון, עס איז אן הלכה שאילה! |
|
שאל אביך ויגדך, ביי די נשא בהעלותך תורה האט רבינו ז''ל געפרעגט צו די בענדליך (טעיפ) איז גרייט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2012 23:27 |
|
| |
ער רעדט זייער גוט. הער עס גוט אויס, און לייג אוועק דיין שנאה וועסטו זעהן אז ס'איז פיין.
|
|
|
|
|