| נשלח ב-10/1/2012 05:00 |
|
| |
דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן
יעצט אין עטרת מאיר צבי זאל קומט פאר א חתונה און דער וויענער רב זייענדיג א קרוב משפחה האט זיך דארט באטייליגט, און מיט ארויסגענומען פון זיין שופלאד א מעסער אריינצושטעכן אין דעם לב אהרן מיט זיין גאנצע סידור קידושין מערכה, וואס זייער איינציגסטע האפענונג איז נאך געווען אז מ'וועט לייגן טעראר אויף רבנים און סתם קרובי משפחה אז מ'זאל זיך נישט באטייליגן, און דער וויענער רב האט דאס געבראכן.
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/01/2012 17:43:15
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 18:29 |
|
| |
רביה"ק האט געמאכט דעם חוזק פון פיסולי קידושין, און עס איז געבויט אויף אזא ריז ווי דער רבינו תם.
ווען עס קומט צו היידפארק דארף מען נישט קיין רבי און נישט קיין רבינו תם, ווייל די תאוה פון פיקסן און גרעסער.
לאנצוט דענקט: אז אלע רבנים וועלכע גייען נאך זייערע תאוות היצר (מעג עס זיין א מיליאן), קענען נישט רירן איין אות פון די תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 18:22 |
|
| |
לצים זענען די וואס מאכן חוזק פון אזא הארבע זאך ווי פסולי קידשוין און מ'מאכט עס ביליג מיט די ליצנות מערכה פאר כבוד המדומה אינטערעסן רח"ל
ווען איין "פעיראלל דיין" א דעת יחיד, וואס די דעת יחיד אליין איז נישט זיין דעת כידוע, דאס איז וואס ער "מוז" שרייבן און זאגן, אקעגן צענדליגער רבנים וואס זענען שוין געקומען צו שמחות דארט און געוויזן מיט דעם אז אין כאן לא איסור ולא פסולים ולא איסורים רק ליצנות וחוזק וצחוק גדול!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:24 |
|
| |
| סעלפאן כתב: |  | | זיין מיינונג איז קיין מיינונג עס גייט דעם עולם גארנישט אן וואס ער זאגט און האלט, די רעדע איז דא פון זיין כח און פון זיין פסק הלכה, אמאל האט מען געציטערט פון זיינס א ווארט און היינט נישט, אפילו רבנים ווייזן שוין היינט אז זיין מיינונג איז קיין מיינוג און שניידן אים אריין ביזן זיבעטען ריפ. |
|
איך זאג דיר אז ס'איז פינקט די זעלבע זאך ווי דעם איסור אויף די בחירות הטמאות ווי רביה"ק איז געווען מרא דאתרא.
און איך טענה אז זיי זענען פוקרים, און דו האסט נישט וואס צי ענטפערן.
וויאזוי ווערט א רב אויס כח אז ריקים און פוחזים מאכן ליצנות פון זיין פסק.
ביי מיר עקספייערט נישט די הלכה ווען ליצים מיט ברייטע ביבער הוטן פייפן עס אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:15 |
|
| |
בעל בית און קרית יואל איז די סטייט אוו ניו יארק, אכתי עבדי דאחשורוש אנן, אין יד ישראל תקופה,
מרא דאתרא איז נישט קיין מציאות, עס איז א הלכה,
מרא דאתרא איז ער ווייטער, איי במציאות זענען דא מיעוט בני העיר בועטים, וואס זענען באשיצט פון די חוקת העול הגוים והגליות, פארדעם האמיר א חז"ל: עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין
ודי בזה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:10 |
|
| |
זיין מיינונג איז קיין מיינונג עס גייט דעם עולם גארנישט אן וואס ער זאגט און האלט, די רעדע איז דא פון זיין כח און פון זיין פסק הלכה, אמאל האט מען געציטערט פון זיינס א ווארט און היינט נישט, אפילו רבנים ווייזן שוין היינט אז זיין מיינונג איז קיין מיינוג און שניידן אים אריין ביזן זיבעטען ריפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:06 |
|
| |
לשיטת הדומ"ץ דמתא איז די קידושין קיין קידושין נישט. (איך נישט אין קיין פאזיציע מחולק צו זיין מיט אים). אז איינער קריגט, סאו וואט.
דער תורה ווערט נישט קלענער, מעג דער הוט פונעם מסדר קידושין זיין פון דא ביז קאנארסי.
ער איז אן עברייין לויט די תורה.
אוי די לאכסט דערפון. דאס איז אויך נישט "מיין" פראבלעם ! און קיין רבנות ווערט נישט קיין זייפן בלאז ווען פורקי עול טוען שלא כהלכה.
זה דעת תורתינו הקדושה. נישט היידפארק ליצנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 18:02 |
|
| |
צי די וואס טענה'ן אז די כח איז וויליאמסבורג איז צובראכן געווארן וועגן די עירוב: איר האט א גרויסע טעות די כח אין וויליאמסבורג איז נישט צובראכן געווארן נאר טאקע ביים א.ג. עירוב שטעלט זיך ארויס וואספארא כח סאטמאר האט. אין הכי נמי עס זענען דא געציילטע מענטשן וואס טראגן יא - אבער די וואס טראגן יא זענען טאקע די פון שוואכסטע און גרעסטע אפפאל ליידער, אבער פון די אנדערע זייט וועט איז פאקטיש נישטא קיין איין איינציגע רב וואס טראגט מיטן עירוב, האט איר שוין געזען איין איינציגע ר טראגן שבת? נאך מער, איז דא איין איינציגע רב וואס האט שוין געזאגט "מען מעג טראגן אין וויליאמסבורג!" ?? אלעס מעשיות וואס מען פארקויפט אז דער האט געהערט פון זיין שכן'ס שוואגער אז ר' פישעלע הערשקאוויטש לרפו"ש לאזט טראגן (איך גיי נישט אריין אין דעם ווי גוט ער איז מיט סאטמאר וואס דאס פארלאנגט א אפהאנדלונג פאר זיך).
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 17:50 |
|
| |
דא רעדט מען פון דעם כח וואס ר' אהרן האט אמאל געהאט און יעצט פארלוירן איבערהויפט נאך וואס די רבנים איינס ביי איינס גייען יא צום חתונה אפילו עס איז דא א קלארע פסק פונעם פעיראל דיין אז מען טאר נישט גיין ווייל עס איז נישט ר' אהרן'ס טעיסט. משא"כ ווען סאטמארע רבי זצ"ל האט געזאגט מען טאר נישט גיין צום בחירות האט זיך קיינער נישט איינגערעדט אז קיינער גייט טאקע נישט גיין. מען האט נישט געמאכט קיין פנקס, און נישט געווארפן פאשקעווילן אויף די וואס גייען יא צום בחירות. אבער אין קרית יואל ווי ר' אהרן איז יארן לאנג געווען אויפן בענקל און אנגעשראקן אלע וואס האבן געטאן אנדערש ווי זיין טעיסט האט זיך קיינער נישט געוואגט צו גיין קעגן זיין רצון. היינט קען מען זאגן קלאר אז ר' אהרן'ס כח איז צובראכן געווארן נישט נאר די מענטשן פייפן און לייכן פון אים נאר אפילו די רבנים לאכן אויך פון אים און גייען יא צו חתונות אפילו לשיטת הפעיראל דיין און לאוב איז אסור צו גיין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 17:28 |
|
| |
אלזא, לויט דיין פארקרומטע שיטה וויבאלד הונדערטער טוען פייפן אן די קלארע הוראה פון מרן רביה"ק בנוגע שיטת רבינו תם, איז דעם רבינ'ס בעלות אין וויליאמסבורג צערינען ווי א זייפן בלאז (כלשונו הקדוש פון ריכטיג).
די זעלבע איז אז אויב רבבות אידן גייען צו די בחירות הטמאות ווערט דער אוסר וואס האט מברר געווען עפ"י דת תוה"ק אז ס'איז אסור, א חוזק און אפגערעגט.
לדעתי ביזטו קאמפליטלי פארדדרייט און פארקרומט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 07:37 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | איך בין אביסל פרעפלעקסד פון דעם שטעלונג וואס דו נעמסט, ווייל לויט דת תורתינו הקדושה ווערט די הלכה גארנישט געטוישט צי פופציג אידן זענען מחלל דעם שבת קודש אדער הונדערט.
דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טוען מלאכות דאורייתא'ס פאר'ן זמן שיטת רבינו תם, צייגט עפעס אז רביה"ק בעל ויואל משה ווערט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?
דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב טראץ דעם איסור פון רוב רבנים פון שטאט צייגט עפעס אז רוב רבני העיר ווער יעצט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?
טעות גדול הוא בידך:
די תורה הקדושה קאי וקיים. איי ס'איז דא אזעלכע וועלכע זענען עובר איסורי דאורייתא'ס ודרבנ'ס, דאס איז זייער פראבלעם, מעג יענער מיט מיט ווייסע אדער גרינע זאקן, ער בלייבט א שייגאץ און אן עבריין.
דאס איז די תורה'דיגע שטעלונג.
ודי בזה תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:10:14
|
|
איך ווייס נישט וואס עס איז דיר שלעכט געווען מיט ביתר, אבער אז דו ווילסט רעדן פון ווילי, אוודאי צייגט עס! ווען די עטליכע צענדליגע מענטשן טוען ווען בורר אדער סחיטה יעדן שבת, צייגט עס סתם אז זיי זענען מחללי שבתות, אבער אז זיי טוען ווי א אנדערע שיטה, צייגט דאס אז די שיטת האוסרים איז נישט פולקאם בעל באס אין ווילי, וואס איז די פראגע אפילו, ודי בזה...
תוקן על ידי אומזיסט ב- 18/01/2012 07:39:32
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 00:09 |
|
| |
לאנצוט, איך בין אינגאנצן צעמישט, ליין איבער דיין תגובה, לויט דיין תגובה איז דעת תורה אז מ'מעג יא מסדר קידושין זיין אפילו אנדערע שרייען אז מ'טאר נישט, ווייל ס'איז א דעת תורה, ליין איבער דיין תגובה און דיינע משלים און זאג מיר אויב איך בין נישט גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2012 00:03 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..
אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש...
די פרומע ציונים והגררים אחריהם שרייען אויך די זעלבע זאך לגבי די בחירות הטמאות והאסורות:
אונטערשטע שורה, טויזענטער רבנים מובהקים תלמידי חכמים גייען און זענען מחייב צו גיין צו די בחירות הטמאות טראץ דעם שרעקליכן איסור פונעםמרא דאתרא (מרן הק' בעל דברי יואל), נאך א צאל רבנים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים גיין צו די בחירות, און צענדליגער רבנים גייען פערזענליך די בחירות הטמאות און לאכן זיך אויס אויף אלע איסורים וחרמות און אז דאס איז ביהרוג ואל יעבור, און אז דאס איז כפירה ומינות.
ביסט העפליך געלאדענט צו ענטפערן.
ודי בזה |
|
מיר קוקט אויס ווי די רעדע איז נישט תורה אדער שיטה, צו ס'איז איין פעיראל דיין וואס שרייט אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין און די הוראה פון גרויסע רבנים מובהקים און צוגאב צו די 'מעשה רב' פון עטליכע חשוב'ע רבנים וואס האבן יא מסדר קידושין געווען אן קיין הוא אמינא פון בעטן רשות, ווייזט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, דא איז די רעדע פון מרא דאתרא, אויף דעם איז די נייע זאל מיט אומגעצוואונגענע סידור קידושין דער ענטפער, ס'איז א פאקט אז ס'איז דא א זאל אין שטעטל וואס מ'מוז נישט נעמען דעם געצווינגענעם מסדר קידושין,
ודי בזה!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 22:07 |
|
| |
איך בין אביסל פרעפלעקסד פון דעם שטעלונג וואס דו נעמסט, ווייל לויט דת תורתינו הקדושה ווערט די הלכה גארנישט געטוישט צי פופציג אידן זענען מחלל דעם שבת קודש אדער הונדערט.
דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טוען מלאכות דאורייתא'ס פאר'ן זמן שיטת רבינו תם, צייגט עפעס אז רביה"ק בעל ויואל משה ווערט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?
דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב טראץ דעם איסור פון רוב רבנים פון שטאט צייגט עפעס אז רוב רבני העיר ווער יעצט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?
טעות גדול הוא בידך:
די תורה הקדושה קאי וקיים. איי ס'איז דא אזעלכע וועלכע זענען עובר איסורי דאורייתא'ס ודרבנ'ס, דאס איז זייער פראבלעם, מעג יענער מיט מיט ווייסע אדער גרינע זאקן, ער בלייבט א שייגאץ און אן עבריין.
דאס איז די תורה'דיגע שטעלונג.
ודי בזה
תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:10:14
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 22:01 |
|
| |
לאנצוט, זיי פונקטליך מסביר דיינע רייד.
לו יצוייר, אז סאטמאר וועט קלעימען אז די שטאט "ביתר" לדוגמא, באלאנגט צו סאטמאר, און מען מוז זיך דארטן פירן ווי דער דעת הויואל משה. אויב אבער וועט זיך ארויס שטעלן אז די תושבי העיר גייען יא צו די בחירות, דאן, הגם אז דער ויואל משה איז קאי וקיים, איז אבער דער מציאות ליידער אז אין "ביתר" איז דער ויואל משה נישט דער מכריע.
יעצט דא איז דאס זעלביגע, לו יצוייר אז די רבנים פון די זאליס און בני יואל וואלטן זיך ארויס געשטעלט בתוקף חולק זיין מיט די תקנה, למשל, אז די גויאישע ארבעטער ברויכן פארלאזן די שטאט א שעה פארן זמן הדלקת הנירות, און למעשה לאמיר זאגן אז מען וועט טון וויאזוי זיי זאגן, נישט ווי די "מתא"ניקעס זאגן, דאן איז ווייטער דער ביאור אז די מתא חברה קענען ווייטער שרייבן וויפיל פסקים און הוראות זיי ווילן, עס איז אבער קיינעם נישט מחייב.
דא בנידונינו, איז ניתוסף געווארן נאך אן ענין, אז די שאלה גופא איז נישט א אומדירעקטע רעפערענדום צי זען ווער עס איז בעה"ב, נאר דאס איז די זאך אליינס. יעצט אז די רבנים פייפן זיך אריין אינעם פסק פון די בעלי "המתא", ווייזט דאס אז די ווארט "מתא" איז נישט ווערט דער פאפיר אויף וואס עס ווערט געשריבן. יעצט נאכאלס, יצוייר אז זייער שיטה איז קאי וקיים, און קיין שום מחוצף קען דאס נישט רירן פון פלאץ, אבער דא איז נישט דער מדובר וועגן זייער שיטה, נאר וועגן זייער בעלות. גאט איט?
"ודי בזה" (קרעדיט:לאנצוט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 18:42 |
|
| |
| וויכטיג כתב: |  | לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..
אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש... |
|
די פרומע ציונים והגררים אחריהם שרייען אויך די זעלבע זאך לגבי די בחירות הטמאות והאסורות:
אונטערשטע שורה, טויזענטער רבנים מובהקים תלמידי חכמים גייען און זענען מחייב צו גיין צו די בחירות הטמאות טראץ דעם שרעקליכן איסור פונעםמרא דאתרא (מרן הק' בעל דברי יואל), נאך א צאל רבנים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים גיין צו די בחירות, און צענדליגער רבנים גייען פערזענליך די בחירות הטמאות און לאכן זיך אויס אויף אלע איסורים וחרמות און אז דאס איז ביהרוג ואל יעבור, און אז דאס איז כפירה ומינות.
ביסט העפליך געלאדענט צו ענטפערן.
ודי בזה
|
|
|
|
|