נעכטן דאנערשטאג האט רבינו (מהר"א) שליט"א וואס געפינט זיך יעצט אין פאלם ספרינגס אויף אפרו אפגעשטאט א בליץ באזוך אין טעקסעס (וואס איז בערך 3 שעה מיט א פליגער פון פאלם ספרינגס) בבית השחיטה פון די גסות.
רבינו שליט"א וואס טראגט אויף זיך דעם עול און די אחריות צוצושטעלן כשר פלייש פאר אידישע קינדער, האט אויך די אחריות אז אלעס זאל זיין אהער געשטעלט הונדערט פראצענט מיט אלע הידורים, ממילא חוץ די אלע אפיציעלע באזוכן פון רבינו שליט"א וואס מען ווייסט פאראויס, האט דער רבי געוואלט איינמאל אנקומען אומגעראכטן, זיכער צו מאכן אז אלעס פירט זיך טאקע מיט די אלע הידורים ווי אזוי ער האט איינגעשטעלט.
די טיקעטס זענען באשטעלט געווארן אן די וויסן פון קיין איינע פון די משבקי"ם, און נעכטן צופרי האט דער רבי געבעטן דעם סעלפאן פונעם הויז בחור, און אזוי איז מען געפארן קיין טעקסעס, זיכער צו מאכן אז קיינער ווייסט טאקע נישט פונעם אנקום ביז מען איז ממש דארט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם בית השחיטה עטליכע שעה, און דערנאך האט זיך די רבי צוריקגעקערט קיין פאלם ספרינגס.