ס'איז צייט צו ברענגען א סוף צו די חרדישע געוואלדטאטן!!!
יא יא, יעדער ווייסט אז די לינקע פושעים האבן פיינט א פרומען יוד מער ווי א נאצי, אבער אין דעם איז נכלל יעדער פרומער יוד און נישט נאר די עדה החרדית.
די אומרוען וואס די חרדים פירן דורך אין ירושלים און בית שמש זענען גועל נפש. פוי!!!
פון וועם האבן זיי זיך דאס אויסגעלערנט?
מיינע רבי'ס אין חדר האבן מיר אלעמאל אויסגעלערנט אז הקול קול יעקב והידים ידי עשיו. מיינע רבי'ס האבן מיר אלעמאל געזאגט אז די ציוניסטישע פאליציי ימח שמם פייניגן די אידן אין ירושלים אבער די אידן אין ירושלים זענען וואוילע אומשולדיגע שעפעלעך. עס איז א וואן וועי סטריט. די ציוניסטן שלאגן און די פרומע אידן כאפן.
דערנאך זענען פארהאן א קומץ חרדישע אידן וועלכע צינדן אונטער גארבידזש קענס, שיסן אויס פענסטערס, בלאקן באסעס, ספרעיען גראפיטי, שפייען און שרייען, שרייען אויף שוטרים (וואס האבן ליידער באקומען א פרייען חינוך) "נאציס" און אנדערע קללות נמרצות. פארוואס? ווייל זיי פראבירן צו האלטן אביסל סדר און אוועקשטופן יונגעלייט וואס בלאקן באסעס (נישט קיין טראקטארס וואס גראבן קברים) און לאזן זיי נישט פארן. (אויף די באסעס זיצן געווענליך חרדישע אידן וועלכע יאגן זיך אין כולל, אין ישיבה, אין חדר, אדער צו די ארבעט, אבער צוליב די ווייעלענס קענען זיי נישט אנקומען וואו זיי ווילן) אדער ווי למשל היינט ווען חרדישע מטורפים האבן אויסגעגאסן אויל אויף די גאסן כדי צו שאפן עקסידענטס.
רבותי, עס זענען דא היינט ב"ה גרויסע תשובה באוועגינגען וואס זענען מקרב אזויפיל אידן לאבינו שבשמים. די אלע פירערס פין די תשובה באוועגינגען זאגן אז דער גרעסטער חורבן פאר זיי זענען די חרדישע אידן פון ירושלים און בית שמש וועלכע פירן זיך אויף ווי פרעים. פרייע אידן קוקן זיך צו צו די זעלבע בילדער וואס מיר זעען און זיי זאגן, "הזאת נעמי? פארדעם קען איך שוין בלייבן א חילוני. אויב וויל איך ווייאלענס וועל איך ענדערש גיין צו א רעסלינג מעטש"
גענוג איז גענוג!
אונז האט מען געלערנט אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום. איך וויל בשום אופן נישט אז מיינע קינדער זאלן זען בילדער ווי אידן פירן זיך אויף אזוי ווי די שווארצע ביי ראיאטן אין הארלעם און זיי זאלן מיינען אז דאס איז דער תורה וועג.
דער תורה וועג איז נאכאמאל, הקול קול יעקב.
חרדישע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען אריבער ביטערע רדיפות אין די יעצטיגע וואכן פון די לינקע פושעים. מען רודפט חרדישע אידן איבעראל אין ארץ ישראל און נישט נאר אין מאה שערים און בית שמש. דורכ'ן מאכן ווייאלענס געבן די חרדים פון מאה שערים און בית שמש א תירוץ פאר די לינקע ימ"ש, פארוואס זיי זאלן קענען ווייטער העצן און דורכפירן אטאקעס אויף פרומע אידן.
אונז מיז מיר זיך אפשאקלען פון די אלימות איינמאל פאר אלעמאל! נישט אין אונזער נאמען!
תוקן על ידי אייזיל ב- 15/01/2012 23:28:03
נשלח ב-7/2/2012 21:36
איך האב געברענגט א לינק וואס ווייזט אז קלינטאן'ס רעדע איז שוין געווען אין די מידיע איבער א וואך בעפאר נתניהו האט גערעדט.
עס עס זייער נאריש צו זאגן אז איר רעדע האט אויפגעקאכט די וועלט. עס איז קעגן די מציאות. איר רעדע איז געדעקט געווארן, ווייל זי איז די סעקרעטערי אוו סטעיט, אבער גארנישט מער פון בלויזע טרוקענע דעקונג.
די פאקט איז אז די קליפס און די שמוציגע ארטיקלען האבן זיך אנגעהויבן סוף דעסעמבער, דעמאלס ווען די בית שמש פרשה האט געברענגט, און די פרייע חברה האבן פארשפרייט זייערע אינטערוויוס און קליפס.
נשלח ב-7/2/2012 21:15
קלינטאן האט גערעדט פרייטאג אדער שבת אין א פריוואטע פארום און ס'האט גענומען צייט ביז עס איז ברייט פארשפרייט געווארן.
דאס אז זי האט עס געטאן צו צופיקסן די חרדים איז א שיינע קאנספיראציע טעאריע, אבער נישט מער פון דעם.
די שטינק אין די וועלט מידיא איז געווען וועגן א רייע זאכן. בית שמש איז בלויז געווען איינס פון א ליסטע ווי איך געדענק.
אגב די סטעיט דעפט. מעלדונג וואס פאמאגראנעט האט דא אנגעהויבן יאמערן וואסערע חילול השם דאס איז, איז כמעט נישט געדעקט, אויסער אין ידיעות אחרונות..
לינקס נעם ארויס פון די פריערדיגע פאוסט
תוקן על ידי פאנדיט ב- 07/02/2012 21:16:34
נשלח ב-7/2/2012 20:53
אט איז די כראנאלאגיע בקיצור נמרץ:
אינמיטן נאוועמבער האט זיך אנגעהויבן א געטיעכץ וועגן הדרת נשים אין די מיליטער, נאכדעם וואס די חרדישע חברי כנסת האבן פארלאנגט מען זאל לאזן חיילים ארויסגיין בשעת שירת נשים (ר"ל):
ערשט 8 טעג דערויף, דעסעמבער 12, נאכדעם וואס די פרייע פרעסע האט נישט נאכגעלאזט פון די נושא, האט נתניהו ימ"ש בכבודו אדרעסירט די אישו (ווייל בחירות איז אן די וועי...):
היוצא לנו: די פרייע פרעסע אין אר"י האט שוין גערעדט דערפון און געליאמערט זינט סוף נאוועמבער, און די פרעסע אין די וועלט האט עס געהאט באריכטעט איינמאל ווען קלינטאן האט גערעדט און איינמאל ווען נתניהו האט גערעדט.
אבער די "שטינק" אין די וועלט'ס מידיע האט זיך אנגעהויבן ביי פרשת בית שמש.
דו"ק ותשכח.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 07/02/2012 21:10:54
נשלח ב-7/2/2012 20:10
FiveBoro גיי נאך די כראנאלאגיע. נאך איר סטעיטמענט האט נתניה אנגעהויבן צו רעדן וועגן פרויען רעכטן ביי די קאבינעט מיטינגען. זיין קעגנער ציפי ליבני האט אנגעהויבן צו פראפעגאנדירן דערוועגן, און פון דארט האט זיך דער פייער שטארק אנגעצינדן.
נשלח ב-7/2/2012 19:34
פאנדיט כתב:
איר סטעיטמענט האט געדינט א הויפט ראלע אין אנגעצינדן דעם איצטיגן פייער קעגן רעליגיע אין איזראל
פאסט נישט פאר דיר אזא אומקראנטע סטעיטמענט.
אגב, די סיבה פארוואס זי האט גערעדט קעגן די הדרת נשים איז געווען אויסצוגיסן איר צארן אויף די רעליגיעזע ציונים, וועלכע שטערן די אבאמא אדמיניסטראציע'ס שלום פלענער. (זי האט גערעדט פון די חרדים אין די מיליטער וכדומה, מיינענדיג טאקע יענע חברה).
נשלח ב-7/2/2012 05:42
פאמאגראנט, איך וואלט דיר געראטן צו ליינען דעם גאנצן ארטיקל. מרס. קלינטאן, די סטעיט דעפט. הויפטין, האט אטאקירט פרומע אידן אין ארץ ישראל שוין מיט חדשים צוריק, בלויז פאר'ן זיצן אפגעזונדערט אויף באסעס און סאלדאטן פאר נישט וועלן הערן קול באשה. זי האט עס צוגעגליכן צו איראן. נאך בעפאר די גאנצע איצטיגע פרשה מיט די קנאים האט זי שוין אראפגעריסן רעליגיעזע אידן אלס ערגסטע פאנאטיקער, טראץ וואס די אין ניו יארק האט זי זיך געבוקט צו די זעלבע פרומע אידן. איר סטעיטמענט האט געדינט א הויפט ראלע אין אנגעצינדן דעם איצטיגן פייער קעגן רעליגיע אין איזראל.
זי וועט ממילא פארדאמען רעליגיעזע אידן - אפילו די וואס גייען אין מיליטער - אויפן ערגסטן אופן. מסתמא צו ווייזן אז זי איז באלאנצירט און קריטיקירט אויך איזראעל. ממילא קום נישט ברענגן קיין ראיה פון די סטעיט דעפט. אין זייער יערליכן רעליגיעזע פרייהייטן באריכט רייסן זיי אראפ יד לאחים און בכלל דעם פאקט אז ארטאדאקסן פירן חופה וקידושין אין איזראעל.
איך געדענק ווען עס איז אמאל דא געווען א בילד ווי א סיטי באס דרייווער רעדט אויף'ן טעלעפאן ביים פארן האט מען אים אויפגעזאגט. ס'האט זיך עפעס געטאן אז דער דרייווער רעדט אויף'ן טעלעפאן? אפשר האט אלאראמירט הילף, דאס איז מיין לימוד זכות...
די באס פירמע לאזט אזעלכע באסעס אין דינסט? ס'קוקט נישט אויס גלייך נאך די אטאקע, ווייל אויב יא וואלט'ן מענטשן לכאורה נישט געבליבן שטיין אזוי גלייכגילטיג און געפארן דערמיט.
די קויף נאר אפ שנאת הדת... די שנאה שפריצט ארויס פון דיינע נאז לעכער
אנטשולדיג איך קען נישט קוקן דיינע ווידיא לינקס, ווייל איך בין געפילטערט. ס'קען זיין דאס מאכט מיך פאר א סיקריק, אז איך פאנאטישער נוץ נאך א פילטער...
נשלח ב-17/1/2012 03:18
* style="height: 390px; width: 640px">
נשלח ב-17/1/2012 03:15
אויב אזוי האבן זיך אויפגעפירט די "נאצים" איז אכמעדינידזשאד גערעכט מיט'ן לייקענען דעם האלאקאסט
מדינת ישראל שוטרים ווערן פראוואקאצירט און אטאקירט דורך חרדישע יודן פאר א לאנגע צייט אן אויפהער
(קליפ אין נעקסטן תגובה)
אין ארץ ישראל קומט פאר א שרעקליכע הסתה קעגן חרדישע יודן, א שרעקליכע עקירת הדת, א שרעקליכער טעראר קעגן יעדן פרומען יוד. אבער די וועלט זעהט דאס נישט. די וועלט זעט די מהומות וואס חרדישע פרעים פירן דורך אין בית שמש און אין מאה שערים.
אלע גרויסע נייעס סייטס לינקן צו די קליפס און בילדער ווי מען זעהט וואס די פרעים טיען. זיי פארשווארצן די פנים פון יהדות החרדית און צוברעכן די הייליגע מלחמה קעגן ציונות.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום!