בית פורומים כל העולם כולו

ס'איז צייט צו ברענגען א סוף צו די חרדישע געוואלדטאטן!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2012 00:50 לינק ישיר 
שטירמער פראפעגאנדע קעגן חרדים

ס'איז א שרעק אז די פרייע וואגן זיך שוין אלעס. זיי לייגן אריין א שטורמער-ענליכע בילדער אפצולאכן פון חרדים.

זע דעם פארגלייך

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2012/01/this-photo-reminds-me-of-dont-dare-to.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 04:43 לינק ישיר 

פאנדיט. איך האב נישט געשריבן נאך א אטאקירטע חרדישע באס, נאר נאך חרדישע באס, as in נאך א בילד.

דאס זענען מעשים בכל יום. קוקט אויס ווי די קענסט גיט אמעריקאנער פאליטיק אבער אין ארץ ישראלדיגן לעבן ביסטו ווייניג באקאנט. אי"ה פון היינט און ווייטער וועל איך כסדר אפדעיטן די אשכול מיט אזאנע בילדער און קליפס.

We report. You decide



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2012 07:09 לינק ישיר 

נאך א באס אטאקירט דורך די חיות אין ארץ ישראל

דאסמאל זענען געווען שפיצל פרויען אויפ'ן באס

מיט ניסים איז קיינער נישט גע'הרג'עט געווארן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2012 20:50 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/100350/2012/02/05/jerusalem-us-state-department-warns-tourists-against-immodest-attire-in-charedi-neighborhoods
די סטעיט דיפארטמענט פון אמעריקא האט ארויס געגעבן א סטעיטמענט פאר די טוריסטען וואס פארן קיין איזראעיל, אז מזאל זיין געווארנט, אויב זיי פאלען אריין אין חרדישע געגענטער, ווייל אויב מגייט נישט געהעריג צניעות'דיג אנגעטוהן קען ווערן אטאקירט, אוי לאותה בושה ואי לאותה כלימה.
ווער עס האט געהעאט א חלק אין די מחאות האט א חלק אין די חילול שם שמים, פון מדמה זיי חרדישע אידן צו טאליבאנער. יא עס ריכטיג רדיפת הדת, ווארפן שטיינער, שרייען נאצי, פארברענען גארבעדזעס, גיסען אויל אויף די ראודס, דאס איז  רדיפת הדת והדעת, און ליידער אלעס באיצטלא דקדושה פון קנאות.......בושה תכסה פנינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2012 20:53 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/100350/2012/02/05/jerusalem-us-state-department-warns-tourists-against-immodest-attire-in-charedi-neighborhoods
די סטעיט דיפארטמענט פון אמעריקא האט ארויס געגעבן א סטעיטמענט פאר די טוריסטען וואס פארן קיין איזראעיל, אז מזאל זיין געווארנט, אויב זיי פאלען אריין אין חרדישע געגענטער, ווייל אויב מגייט נישט געהעריג צניעות'דיג אנגעטוהן קען ווערן אטאקירט, אוי לאותה בושה ואי לאותה כלימה.
ווער עס האט געהעאט א חלק אין די מחאות האט א חלק אין די חילול שם שמים, פון מדמה זיי חרדישע אידן צו טאליבאנער. יא עס ריכטיג רדיפת הדת, ווארפן שטיינער, שרייען נאצי, פארברענען גארבעדזעס, גיסען אויל אויף די ראודס, דאס איז  רדיפת הדת והדעת, און ליידער אלעס באיצטלא דקדושה פון קנאות.......בושה תכסה פנינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 05:42 לינק ישיר 

פאמאגראנט, איך וואלט דיר געראטן צו ליינען דעם גאנצן ארטיקל. מרס. קלינטאן, די סטעיט דעפט. הויפטין, האט אטאקירט פרומע אידן אין ארץ ישראל שוין מיט חדשים צוריק, בלויז פאר'ן זיצן אפגעזונדערט אויף באסעס און סאלדאטן פאר נישט וועלן הערן קול באשה. זי האט עס צוגעגליכן צו איראן. נאך בעפאר די גאנצע איצטיגע פרשה מיט די קנאים האט זי שוין אראפגעריסן רעליגיעזע אידן אלס ערגסטע פאנאטיקער, טראץ וואס די אין ניו יארק האט זי זיך געבוקט צו די זעלבע פרומע אידן. איר סטעיטמענט האט געדינט א הויפט ראלע אין אנגעצינדן דעם איצטיגן פייער קעגן רעליגיע אין איזראל.

זי וועט ממילא פארדאמען רעליגיעזע אידן - אפילו די וואס גייען אין מיליטער - אויפן ערגסטן אופן. מסתמא צו ווייזן אז זי איז באלאנצירט און קריטיקירט אויך איזראעל. ממילא קום נישט ברענגן קיין ראיה פון די סטעיט דעפט. אין זייער יערליכן רעליגיעזע פרייהייטן באריכט רייסן זיי אראפ יד לאחים און בכלל דעם פאקט אז ארטאדאקסן פירן חופה וקידושין אין איזראעל. 

כאטש דאס מאל געבן זיי אויך עצות פאר טוריסטן צו קומען צניעות געקליידעט, ממילא וועט כאטש זיין א שטיקל טובה. 

דו קענסט אביסל זען דא

http://orthodoxpundit.blogspot.com/2011/12/when-looking-for-votes-clinton-was.html
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 19:34 לינק ישיר 

פאנדיט כתב:
איר סטעיטמענט האט געדינט א הויפט ראלע אין אנגעצינדן דעם איצטיגן פייער קעגן רעליגיע אין איזראל

פאסט נישט פאר דיר אזא אומקראנטע סטעיטמענט.

אגב, די סיבה פארוואס זי האט גערעדט קעגן די הדרת נשים איז געווען אויסצוגיסן איר צארן אויף די רעליגיעזע ציונים, וועלכע שטערן די אבאמא אדמיניסטראציע'ס שלום פלענער. (זי האט גערעדט פון די חרדים אין די מיליטער וכדומה, מיינענדיג טאקע יענע חברה).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2012 20:10 לינק ישיר 

FiveBoro גיי נאך די כראנאלאגיע. נאך איר סטעיטמענט האט נתניה אנגעהויבן צו רעדן וועגן פרויען רעכטן ביי די קאבינעט מיטינגען. זיין קעגנער ציפי ליבני האט אנגעהויבן צו פראפעגאנדירן דערוועגן, און פון דארט האט זיך דער פייער שטארק אנגעצינדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 20:53 לינק ישיר 

אט איז די כראנאלאגיע בקיצור נמרץ:

אינמיטן נאוועמבער האט זיך אנגעהויבן א געטיעכץ וועגן הדרת נשים אין די מיליטער, נאכדעם וואס די חרדישע חברי כנסת האבן פארלאנגט מען זאל לאזן חיילים ארויסגיין בשעת שירת נשים (ר"ל):

נאוועמבער דעם דרייסיגסטן האט שוין ברקת געהאט ערקלערט מלחמה וועגן הדרת נשים, און די פרייע פרעסע אין אר"י האט שוין געליאמערט דערוועגן אין גרויסן.

עטליכע טעג שפעטער, דעסעמבער 4, האט קלינטן זיך געכאפט אז דא קען זי צופיקסן די ארטאדאקסן וואס פירן א מערכה מיט אובאמה, און זי האט זיך געלאזט הערן דערוועגן:
לינק

ערשט 8 טעג דערויף, דעסעמבער 12, נאכדעם וואס די פרייע פרעסע האט נישט נאכגעלאזט פון די נושא, האט נתניהו ימ"ש בכבודו אדרעסירט די אישו (ווייל בחירות איז אן די וועי...):
לינק

דעסעמבער 27, האט זיך שוין גערודערט וועגן בית שמש, און דארט איז געווען די ערשטע מאל וואס די פרעסע איבער די גאנצע וועלט האט געשטינקען שרעקליך, און באשמוצט די חרדישע אידן אז מיר זענען טעראריסטן.
(דאס איז געקומען נאכדעם וואס די סיקריקים אין בית שמש האסבן געטוהן אייגענע אקציעס להרבות כבוד שמים וד"ל).
לינק


CNN
וכהנה רבות.


--------------

היוצא לנו: די פרייע פרעסע אין אר"י האט שוין גערעדט דערפון און געליאמערט זינט סוף נאוועמבער, און די פרעסע אין די וועלט האט עס געהאט באריכטעט איינמאל ווען קלינטאן האט גערעדט און איינמאל ווען נתניהו האט גערעדט.

אבער די "שטינק" אין די וועלט'ס מידיע האט זיך אנגעהויבן ביי פרשת בית שמש.

דו"ק ותשכח.


תוקן על ידי FiveBoro ב- 07/02/2012 21:10:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2012 21:15 לינק ישיר 

קלינטאן האט גערעדט פרייטאג אדער שבת אין א פריוואטע פארום און ס'האט גענומען צייט ביז עס איז ברייט פארשפרייט געווארן.

דאס אז זי האט עס געטאן צו צופיקסן די חרדים איז א שיינע קאנספיראציע טעאריע, אבער נישט מער פון דעם.

נתניה האט זיין וועכנטליכע קאבינעט מיטינג זונטאג. די ערשטע וואך איז עס נאכנישט געווען אזוי הייס, אבער א וואך נאכדעם האט ער שוין רעאגירט דערויף.

קלינטאן'ס ארויסטריט האט געהעכערט די העצערייען אין די פרייע פרעסע, און האט עס אויך געהאלפן ארייפירן אין די וועלט פרעסע.

בית שמש קריגעריי איז שוין געווען פיל פריער, מיט ווידיאס ווי מען שרייט נאך די מיידלעך. דא האסטו איין באריכט פון סעפטעמבער

http://www.jpost.com/NationalNews/Article.aspx?id=239367

די שטינק אין די וועלט מידיא איז געווען וועגן א רייע זאכן. בית שמש איז בלויז געווען איינס פון א ליסטע ווי איך געדענק.

אגב די סטעיט דעפט. מעלדונג וואס פאמאגראנעט האט דא אנגעהויבן יאמערן וואסערע חילול השם דאס איז, איז כמעט נישט געדעקט, אויסער אין ידיעות אחרונות..

לינקס נעם ארויס פון די פריערדיגע פאוסט


תוקן על ידי פאנדיט ב- 07/02/2012 21:16:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 21:36 לינק ישיר 

איך האב געברענגט א לינק וואס ווייזט אז קלינטאן'ס רעדע איז שוין געווען אין די מידיע איבער א וואך בעפאר נתניהו האט גערעדט.

עס עס זייער נאריש צו זאגן אז איר רעדע האט אויפגעקאכט די וועלט. עס איז קעגן די מציאות. איר רעדע איז געדעקט געווארן, ווייל זי איז די סעקרעטערי אוו סטעיט, אבער גארנישט מער פון בלויזע טרוקענע דעקונג.

די פאקט איז אז די קליפס און די שמוציגע ארטיקלען האבן זיך אנגעהויבן סוף דעסעמבער, דעמאלס ווען די בית שמש פרשה האט געברענגט, און די פרייע חברה האבן פארשפרייט זייערע אינטערוויוס און קליפס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ס'איז צייט צו ברענגען א סוף צו די חרדישע געוואלדטאטן!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext