אין די טעג שטעלט זיך ארויס אינטערסאנט בילד צווישען די צוויי סאטמארס בנוגע די מערכה קעגן ציונות.
ווי באקאנט דרייט זיך איבער דאס לאנד די לעצטע צוויי חדשים מיט א שרעקליכען רדיפת הדת אויף די ערליכע אידן אויף א שרעקליך פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, און מען האלט אין איין הערן פון פרעמדע קרייזן, וואס סאטמאר איז בכלל נישט זייער טעיסט אז דער סאטמאר רב זי"ע (נישט דער בעל דברי יואל) איז געווען גערעכט, און געהאט א ווייטען בליק ווען ער האט געשריגען אז עס וועט נאך קומען א צייט וואס א ערליכער איד וועט נישט קענען וואוינען אין א"י ה"י.
זונטאג פארטאגס - ווען דא איז געווען מוצש"ק - איז עס געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט ארעסטירט 6 אינגעלייטאין שפיץ פונעם משב"ק פון ירושלימער רב, ר' עמרם שפירא. ווי נאר רבינו שליט"א האט דאס געהערט האט אים דאס זייער שטארק וויי געטאן און ער האט געשפירט אז ער מוז זיך ערגעץ לאזן הערן דאס ווייטאג פון די ערליכע אידן און ווייזן אז ער פילט מיט זייער ווייטאג און איז גרייט צו טאן און העלפן מיט וואס אימער צו זיך צוריק שלאגן מיט די ציונים ימ"ש.
בשעת מעשה איז פארגעקומען אן ענגע מסיבה פאר נגידים ביים רבי'ן אין שטוב אין ביהמ"ד ברך משה, וואס איז פארופען געווארן דורך דעם געטרייען משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א טאקע לטובת כולל יטב לב אין ארצינו הקדושה, דער מקום וואו עס האלטן זיך אויף די הייפעלע ערליכע אידן וואס ווערן נישט נאך געשלעפט נאכן ציוניסטישן שמעלץ טאפ,און ביי דעם געלעגענהייט האט זיך רבינו שליט"א אויסגערעדט וואס די ערליכע אידן מאכן מיט אין א"י אויף א שרעקליכן פארנעם, און ספעציעל איבער די שרעקליכע ידיעה וואס ער האט יעצט באקומען פון ירושלים איבער די ארעסט פון ר' עמרם. דער רבי האט קלאר געשטעלט אז מיר אידן דא אין אמעריקע וועלן נישט זיצען מיט פארלייגטע הענט נאר מיר איינמלייגן וועלטן מיט אלעם וואס נאר מעגליך זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארצינו הקדושה.
די פאר אמת'ע אין שטארקע דיבורים האט רבינו שליט"א געזאגט מוצש"ק פאר א ענגער ציבור אין א קליין בית המדרש'ל אויף 550 בעדפארד עוו. אויפן זעלבן מקום ווי דער אלטער סאטמאר רבי זי"ע פלעגט לאזן הערן זיינע הייליגע דיבורים בשעתם, און די ווערטער פון רבינו שליט"א האט אפגעקלונגען אין די גאנצע וועלט, און אפילו אין אלע ציניסטישע צייטונגען, טעלעוויזיע און ראדיא אז דער סאטמאר רבי זאגט אז ער גייט נישט שווייגן אין גרייט זיך אויף א מאסן דעמאסטראציע אויסשרייען די וויי געשריי פון די ערליכע אידן. ( דאס איז שוין נאך דעם ווי די בעלזא - וואס לעבן גוט מיט די פרייע - האבן פארלייגט וועלטן אז מען זאל דערשטיקן דעם סאטמאר רבין'ס ווערטער, נאך וואס דער רבי האט שארך אראפגעריסן די פארלאפענע וואך ביים דינער אין קרית יואל זייער פאלטשע השקפה.)
אפגעזען אז עס האט געהאט א גרויסען השפעה אויף די פארשאלטענע ציונים ימ"ש וואס האבן געפילט אז זיי צוען איבער דאס שטריקל, און דער ציניסטישער שופט האט ארויסגעלאזט ר' עמרם גענצליך פריי מכלומרשט אז עס איז נישט דא גענוג באווייז (כאילו עס איז זיי געווען אמאל א פראבלעם מיט באווייז...)
עכ"פ, דאס איז געשען אין די זעלבע צייט וועט 3 וואכן צוריק, ביום כ"א כסלו ווען ביידע סאטמאר'ס האבן געמאכט דעם יערליכען גרויסע צוזאמקום, און ביי די ארונים האט דער פירער זייערער דערקלערט פאר זיינע טויזענטער צוהערער (נאכן הערן וואס דער ברודער האט שוין געזאגט) "אז מען טאר נישט אראפרייסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אבאמא אזוי ווי די פרומע ציונים טוען".
גלייך דערנאך האט מען איינגעשפאנט די גאנצע אמעריקאנע מידיע מיט א פרעס ריליעס, אלעס כדי צו איבערצייגען פאר די קעלבער אז די וועלט שאקעלט זיך מיט זייער שטריק ווען אין פאקט איז נאך אזא באמבע נייעס - ווי דער בלאט האט דאס אראפגעלייגט - האט מען פון קיין פרעזידענט נישט געהערט וואס ער זאגט דערצו, און אפילו פון די ציונים איז קיין ווארט נישט געהערט געווארן (אפילו ביי דעם באזוך פון דעם פרומען ציוני, און שטענדיגער מתגרה באומות, דוב הייקינד, יענע וואך אין זייער 13 הופפער צענטראל).
ווידעראמאל יעצט ביים ארעסטירן די 6 אידן הערט מען פון דעם ארוישע לאגער בלויז דעם ציוניסטישען קאלבישן סלאגאן אז די ארעסט איז וועגן כשרן געלט.... מען דארף נישט איינטיילן די פרייע.... געלע לאטעס איז צו משוגע.... וכדומה. מען זינגט דעם זעלבן ניגון ווי די משכילים פון בעלזא ודומיהן וואס שטאפן זיך אן מיט געלט פון די טריפה'נע מדינה. צו דער זעלבער צייט נופש'ט דער שטריק אין פאלם ספרינגס מיט א זעלטענעם רואיגקייט, אזוי וועט ער קענען גיין באזוכען דעם בעלזער מיטן קלויזנבורגער ווען ער וועט פארן שוואוילטאגן שבת שקלים אין ארץ ישראל, על אפם וחמתם פון זיין וויזניצער שוואגער ר' ישראל און חיים הערש מייזליש, און מ'וועט זאגן אז דאס איז דער רבי וואס שטעלט זיך נישט צו צו די קיצונים עפ"ל, און שטיצט נישט די "געלע לאטע" קנאים.
איר קלערט טאקע אז די דרשה פון אדמו"ר רז"ל האט געקלינגען אין די פרייע גאס?
און אז דאס האט געמאכט באפרייען הרב שפירא......
אוי ביטע ביטע
קינדערלעך זענט איר?
נשלח ב-16/1/2012 23:40
[quote]

לפי עניית דעתי שטעלט זיך ארויס אז דער ר' אהרן האלט ביי גארנישט, ער נופש'ט און יעדער זעט אז ער מיינט גארנישט ערנסט די גאנצע זאך דארט אין פאלם ביעטש.
אבער די קשיא ווערט זייער שווער אויף הגהצה"ק המפורסם לוחם מלחמות השם בעוז ובגבורה, רבי זלמן לייב שליט"א, אויב קענסטו יא מיט איין דרשה צווינגען די ציונים ארויסצולאזן ר' עמרם שפירא פון תפיסה... היתכן אז דער גאון ולוחם מלחמות השם קען נישט האלטן נאך 2 דריי דרשות ארויסצולאזן ר' שמואל לוביצקי און די אנדערע קנאים.
די קשיא איז צום אמת'דיגען קנאי ר' זלמן לייב: אַייכּה?
נשלח ב-16/1/2012 23:51
איך מאך נישט קיין ליצנות חלילה, ווייל איך בין באמת איבערצייגט אז די וועלט זעט יעצט איין אז די דרשה פאר דעם ענגן ציבור אין 550 בעדפארד, האט טאקע מרעיש עולמות געווען, און כולי עלמי מודה, בלי שום חולק, אז אדאנק דעם איז רבי עמרם ארויס אויף די פריי.
אבער איך האלט אז דער רבי האט זיך נישט געטארט אפשטעלן יעצט, אז ער קען יא, האט ער געדארפט היינט האלטן נאך צוויי דריי דרשות, און אויף היינט ביינאכט שוין קענען פייערן דעם באפרייאונג פון די איבריגע אסירי ציון.
עורה למה תושן?
נשלח ב-17/1/2012 00:12
באמת האלט איך אז סאיז נאריש צו מאכען א 'קאנטראסט' כאילו סאזי עפעס א רעיס ווער סאיז א בעסערע קנאי, סאיז בכלל נישט קיין פארגלייך פון די וואס זוכען צו געפעלען פאר די לינקע טון ווער סקלעבט צום קנאישען לאגער,
אבער לאנצוט איז נישט דער וואס קען דא נעמען א שטעלינג, בעסער נעם ארויס איינץ פון דיינע אנדערע ניקען דא, דו האסט געוויזען פאריגע וואך ווי דו האלטסט אין שיטה ענינים, ביי דיר איז די גאנצע שיטה א ליצנות, די מערכה פון די פרייע קעגען פרומע ווי א זשאויק, ס'איז נישט אינטרעסאנט קיין ווארט וואס א קאמפליעט לינקער האט צו זאגען
נשלח ב-17/1/2012 02:07
אל תענה ל'לאנצוט כלום: תענה לעצמך!
למה לא שוחררו האברכים החשובים, בעלי מסירת נפש רבי שמואל לוביצקי וסיעת מרחמוהו הנמצאים במאסר.
האין דמם של האברכים החשובים סומק, לעסוק בפדויים עכשיו?
אתמהה?
נשלח ב-17/1/2012 02:29
כ"א כסלו האבן ביידע רבי'ס גערעדט די זעלבער זאכן
אבער מען האאט געזעהן ווער עס מיינט עס אמת'דיג אין ווער ס'זיכט צי געפעלן זיין עולם
דברים היוצואים מן הלב נכנסים על הלב
נשלח ב-17/1/2012 03:33
נארישע מענטשן. אנשטאט צו זיין צופרידן איעדעס מאל וואס עס וערט געהערט די שיטה הקדושה איבער די וועלט. אז יודן מיט ציונים זענען כרחוק מזרח ממערב. גייט מען זיך קריגן אויף נארישקייטן ווי: מיין רבי'ס ווערטער האבן מער אויפגעטוען ווי דיין רבי'ס. מיין רבי האט עס געמיינט ערנסט און דיין רבי פראפאגאנדע. זאג נאר, ווען דו ביסט אויפן שלאכטפעלד און דו טרעפסט דארט א שכן מיט וועם דו האסט א שטיקל סכסוך. גייט עטס ענק זיך נעמען שלאגן דארט?? די זעלבע זאך דא. איבער די לעצטע 100 יאר איז דאס ענין פון ציונות א ביטערער קאמף. און ווען מען האלט אינמיטן קריג האבן אפילו די בריונים שלום געמאכט צווישן זיך(וואס זיי האבן זיך סאך ערגער געשלאגן) לייגטס אראפ דעם וואפן און דרייטס דאס אויס צום שונא! אויב קענט איר יא אזוי גוט שרייבן. גייט ארום צו אלע ציוניסטישע בלאגס וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט שנאה צו יעדן ערליכן יוד! קאממאן!
נשלח ב-17/1/2012 17:29
פריינדליך, דאס מאל האלט איך ווי דיר, ס'איז נאריש צו מאכן יעדעס מאל א פאלעמיק פון יעדע דרשה, גיב קרעדיט ווען ס'קומט.....
גינגריטש, איך גיב דיר אויך גערעכט, לאנצוט האט דא גערעדט אין עטליכע אשכולות ווי די לינקסטע שבלינקסטע, ער ווארפט א מיאוס'ן ליכט אויף די ארוינישע געמיינדע, ווייל מ'קען נאך מיינען אז דאס איז די שיטה בי זיי, וויבאלד קיינער פון זיי האט נישט מוחה געווען אויף זיינע דברי הסתה וואס ער שרייבט גראד נאך די פרייע העסליכע צייטונגען אקעגן די פרומע ערליכע אידן, און נעמט זיך גאר אן פאר די פורקי עול רודפי הדת...
נשלח ב-17/1/2012 18:38
אפשר צייגט איר מיר ווי איך שרייב לינק. איר באקומט א דאלאר.