בית פורומים אידישע געדאנק

נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2012 02:32 לינק ישיר 
נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?

די אידישע וועלט איז אויף מיט דעם געוואלדיגן אקט פונעם בעלזער רב וועלכע האט געשיקט א מנין ת"ח איבערבעטן רביה"ק זי"ע נאכדעם וואס ער האט מיט יארן צוריק פוער פה געווען מיט געמיינע לשונות קעגן רבין זי"ע.
 
חסידי סאטמאר שטייען און ווארטן מיט שפאנונג צו דער נעקסטער מעמד מחילה וועט זיין דורך ר' אהרן טייטלבוים זעלבסט, אפילו אן א מנין, ווען ער וועט ארויפגיין צום ציון פון רבין זי"ע דער מייסד הקהלה און אים איבערבעטן פארן אזוי מבזה זיין און חרוב מאכן זיין הייליגע קהלה, און זיין הייליגע שטעטל קרית יואל. אזוי אויך צו זיין טאטן דעם רבין דעם ברך משה זי"ע וועם ער האט די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן מבזה ומשפיל געווען אויף א שענדליכן אופן, איבערהויפט מיטן רופן דעם טאטן אין ערכאות.
 
אויב דאס וועט פאסירן איז דער אקט ראוי באגריסט צו ווען פון יעדן קוק ווינקעל.
 
ונזכה ונחי' ונראה!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:45 לינק ישיר 

טאטעלע, איך זעה אז דו ליינסט נישט וואס איך שרייב.

לויט וויפיל איך ווייס באקומט ער נישט קיין געלט פון קרן הצלה, ווייל זיינע מוסדות זענען יא נהנה ממקורות זרים. צי במישרין או בעקיפין לאז איבער פאר די אינוועסטיגעטארס.

צווייטנס פרעג איך נאכאמאל ווייל דו דרייסט דיך ארויס:
לויט'ן פסק פון ויואל משה איז גיין צו די בחירות הטמאות האבן א חלק אין די ממשלת הכופרים און אין זייערע חוקים.
דאס נעמען געלט איז נישט אין דעם כלל.

דאס איז פאר דעם וואס האט אמאל געלערנט ויואל משה.
ודי בזה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:41 לינק ישיר 

דעם בעלזער פארשטייסטו אז מ'דארף באגריסן ווייל ער האט געשיקט איבערבעטן רבינו הק' זי"ע, יא? די זעלבע פארשטיי איך אז עס איז ווערט צו באגריסט ווערן איינער וואס נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה.
 
יעצט צו זאגן אז איך דארף זיין מיט אים דירעקט נאנט, דאס אויך נישט. אבער מחזק זיין אזא מוסד דארף מען יא.
 
(אגב, איז גיין צו די בחירות א זאך וואס לשיטת הרה"ק מבעלזא זי"ע איז דאך א חוב קדוש. ווידעראמאל נעמען געלט פון די מדינה איז א זאך וואס דער בער האט אנגעהויבן.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 21:01 לינק ישיר 

איך ווייס אז ער באקומט נישט קיין געלט פון קרן הצלה, ווייל ער נעמט יא.

ובכלל דאס ביזטו דאך מודה אז ער אליינס בכבודו ובעצמו גייט צו די בחירות הטמאות, דאס איז גענוג סיבה פארוואס נישט צו זיין מיט אים "דירעקט נאענט".

דאס גיין צו די בחירות איז לויטן ויואל משה כפירה ומינות.
ווי קען א סאטמארער איד וואס האט אפילו איינמאל געלערנט ויואל משה, מדמה זיין דאס גיין צו די בחירות ווי נעמען געלט.

נעמען געלט איז ליידער א נסיון וואס די פרומע ציונים קענען נישט עומד בנסיון זיין און זענען נהנה משלחן איזבל.
אבער דאס זיין א מעמד אין די ממשלת הכופרים איז דאך בפועל ממש זיין א חלק אין אלע זייערע חוקים והעברת פי השם שבכל יום ויום.

דאס איז ווען  מ'לערנט נישט דעם ספר הקדוש ויואל משה, נאר מ'שעפט קנאות פון היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:38 לינק ישיר 

הדברים ידועים פארוועם? די ביד"ץ העדה החרדית ובראשם הגה"ק רמ"א פריינד זצ"ל האבן געשריבן א ווארעמער בריוו פאר די מאכנבוקא מוסד פארן נישט נעמען קיין געלט. מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע פלעגט שטענדיג מקרב זיין דעם מאכנובקער רבין ווייל זיינע מוסדות נעמען נישט קיין געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:30 לינק ישיר 

טאטעלע,

לדאבוני הרב, מאכט איר א גרויסן טעות (אפשר במזיד?)
בעלזא מאנובקא נעמט יא געלט, און גייט אליין צו די בחירות הטמאות.

און זיי באקומען נישט פון קרן הצלה, טאקע פאר דעם.

והדברים ידועים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 20:26 לינק ישיר 

נישט ממש ווייל בעלזא נעמט געלט פון די מדינה און מאכנובקא נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 19:10 לינק ישיר 

דזשיגאן כתב:
די בזה לויט דיר לשיטת הזאלונים, אבער די אהרונים וואס האלטן דאך יא די פסקים פונעם בית דין העדה החרדית וויאזוי וועלן זיי שלום מאכן?


ווי קומט דא אריין זאלונים אדער ארונים. בעלזער רבי האט מבזה געווען מרן רביה"ק בעל ויואל משה.
אצינד נאך 30 יאר האט ער געפאלגט דעם שו"ע און מפייס געווען כדת וכדין. 

יא, ס'איז דא שטארקע דיפערענצן צווישן סאטמאר און בעלזא, גענוי ווי ס'איז פאראן צווישן סאטמאר און גור, און סאטמאר מיט אלע קהלות וועלכע האלטן נישט דעם הייליגן ויואל משה, אבער דאס איז נישט קיין אויסרייד פארוואס צו פירן א קאמף מיט זיי.

בעלזא האט יעצט די זעלבע הלכה ווי בעלז-מאחנובקע.

ודי בזה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 17:14 לינק ישיר 

איך בין באמת נתפעל פון די שריט פון דעם בעלזער רב צו טון וואס שטייט אין הייליגן שו"ע און מפייס געווען כדת וכהלכה, דער שריט דארף באגריסט ווערן, ס'איז זיכער נישט לייכט אנגעקומען, און ער האט עס געטון, ס'קומט אים די פולע קרעדיט..

צו וועט זיין שוואגער יא גיין באזוכן וועגן דעם צו נישט איז נישט אינערעסאנט פאר אונז, דער עיקר אז א איד האט זיך גענומען די מוט און געלייגט אלע נגיעות אין דער זייט און געשיקט מפייס זיין קומט אים כל הכבוד דערפאר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 08:09 לינק ישיר 

די בזה איז לאנצוט'ס סיגנוטשער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:43 לינק ישיר 

די בזה לויט דיר לשיטת הזאלונים, אבער די אהרונים וואס האלטן דאך יא די פסקים פונעם בית דין העדה החרדית וויאזוי וועלן זיי שלום מאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 07:20 לינק ישיר 

פישמאן כתב:
ר' אהרן האט גאר א שטארקע טענה.

דער בית דין פון ירושלים האלט נישט ביים אסר'ן אז אין קרית יואל זאל מען נישט מסדר קידושין זיין אדער אנדערע שחיטה אין קרית יואל, אדער אפילו אנדערע מוסדות, דער גאב"ד האט געמעגט באזוכן בני יואל און פארהערן די בני יואל תלמוד תורה,

אויב אזוי פארוואס זאל ער זיך מוזן ארומשלאגן מיט בעלזא ווייל זיי האבן אן אייגענע שחיטה מיט אייגענע הכשרים אין ירושלים?

די גאס פארט אויף ביידע וועגן,,



אחר שמרן בעל מנחת יצחק זצ"ל אסר את מוסדות בני יואל בכל התוקף ביחד עם מרנן ורבנן הביד"צ והגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע, ובין יום ולילה עשו מזה חוכא ואטלולי בעבור פוליטיק, אין שום מקום להתחשב עם שאר איסורים שאותו ביד"צ מוציא בשביל פוליטיק.

ודברי מרן המחבר קיים לעולם. אחר שהדמו"ר מבעלזא עשה כדבר השו"ע, ושלח עשרה אנשים לפייס את רביה"ק בעל דברי יואל, אין שום מקום להמשיך במחלוקה.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:41 לינק ישיר 

דארף ר' אהרן איבערבעטן עזריאל גליק פארן אים שטעכן אין ריקן ווייל די אהרונים זאגן בעל דברי יואל ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 06:04 לינק ישיר 

איז ער דאך הפנים גערעכט, וואס האט אויסגעפעלט דאס גאנצע בעלזא ציון געגייעכץ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/1/2012 05:56 לינק ישיר 

ר' אהרן האט גאר א שטארקע טענה.

דער בית דין פון ירושלים האלט נישט ביים אסר'ן אז אין קרית יואל זאל מען נישט מסדר קידושין זיין אדער אנדערע שחיטה אין קרית יואל, אדער אפילו אנדערע מוסדות, דער גאב"ד האט געמעגט באזוכן בני יואל און פארהערן די בני יואל תלמוד תורה,

אויב אזוי פארוואס זאל ער זיך מוזן ארומשלאגן מיט בעלזא ווייל זיי האבן אן אייגענע שחיטה מיט אייגענע הכשרים אין ירושלים?

די גאס פארט אויף ביידע וועגן,,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 03:12 לינק ישיר 

קונצען כתב:
טאטעלע,

כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט קיינמאהל נישט גערעדט אנטקעגען דער בעל דברי יואל פערזענליך און נישט גערעדט קעגען אום, ער האט סאך הכל געפרעיגט שאלות און קשיות אויף זיין שיטה און אויף זיין ספר.

איז שרייב נישט "פוער פיו" און "גערעדט געמיינע לשונות"

ניין ניין ניין, דאס פרוביר נישט צו זאגן. כ'פארשטיי הרב קונצן אז דאס איז א שווערע פיל אראפצושלינגען. אבער איך גלייב נישט אז איהר האלט אייער רב פאר א בלאפער. אז ער בעט מחילה איז פשט ער ווייסט וואס ער איז באגאנגען און אשרי זקנתו שכיפרה על ילדותו. עס איז נאר נישט שיין פון טאטעלע צו זאגן פאר א בעל תשובה זכור מעשיך הראשונים. און דעריבער איז טאקע נישט ריכטיג צו זאגן "פוער פיו" וכו' אבער לייקענען איז נישט לאגיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נאך בעלזא: איז ר' אהרן נעקסט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext