די שאלה איז צי ס'איז דא "איין נוטראלער" רב וועלכער איז גרייט צו זיין מסדר קידושין און עובר זיין אויף דעם איסור פון רבי געציל. (דאס איז דער מעסטער).
דערווייל האט רבי געציל זייער שטארק געזיגט - לויט מיין קוק ווינקעל.
נשלח ב-26/1/2012 18:05
איך הער אז די חודש איז דא היפש חתונות אין די הערליכע נייע זאל, ב"ה אז תורה איז מנצח און נישט טעראר און מעשי נבלה...
נשלח ב-26/1/2012 17:49
גינגריטש כתב:
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט
וואס האסטו צוריקגעשאסן יעצט?
הייסט וויבאלד דער ברך משה איז ליידער נישט געווען געזונט, איז שוין יעדער פוסק הדור קראנק?
אויפן ברך משה האט די גאנצע וועלט געוואוסט זיין מצב ליידער, און אויך האט מען עס באשטעטיגט מיט די מעדיקעל רעקארדס.
און יעצט א ווארט צו אלע אטאקעס קעגן לאנצוט:
איך בין איבערצייגט אז די אטאקעס קעגן מיר איז צוליב "מיין טשעלענדזש".
השי"ת האט אייך געגעבן גוטע קעפ, נוצט אויס אייער שכל צו טשעלענדזשן צוריק. ווייל מיט'ן ענטפערן דעקל וכו' ווערט לאנצוט נישט אפגעענטפערט.
דאס אנטערפן אז איר איר האט נישט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלע מיינע "שטותים", איז זינלאז. ענטפערט קלוג און צודער זאך און איך וועל מודה זיין בעז"ה, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געטאן.
ודי בזה.
נשלח ב-26/1/2012 02:03
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח, K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט
נשלח ב-26/1/2012 01:12
אקעי, הייסט דער מנחת יצחק האט נישט עכט צוריקגעצויגן. נאר אזוי ווי ער איז געווען אינעם לעצטן יאר פון זיין פטירה האסט אים אראפגעציפט די יאר.
איך פארשטיי. גראדע קען איך אויך נוצן דעם תירוץ אויף פארשידענע נודע ביהודא'ס און חתם סופר'ס, נישט שלעכט.
אגב, איך בין נישט קלאר פארוואס איך דער אפעטיט פארגייט דיר ווען דו זעסט אז איך האב ערגעץ מגיב געווען. איז עס מעגליך אז ס'איז צוליב דעם וואס איך האב דיך אזוי געזוכט.
אנטשולדיג מיר, כ'וועל מער נישט זוכן.
נשלח ב-26/1/2012 00:16
איך בין קיינמאל נישט אנטלאפן, נאר אזוי ווי איך האב ב,ה א זשאב און איך קען נישט געבן פאר היידפארק צופיל צייט, גיב איך א שנעלער שפרייז דורך דא און דארט, דו האסט ליידער נישט קיין זשאב, און דו ביסט דא 24/7 קען איך נישט נאכיאגן דיין אלע געמויזעכץ
ועוד, א אשכול וואס איך זע דיין ניק פרוביר איך נישט אפילו אריין צו גיין, דו ביסט ממאס יעדען אשכול מיט שטותים והבלים, דו מיינסט אז דו מוזט אייביג האבן דעם לעצטן ווארט ווען דו האסט נישט נארמאל וואס צו ענטפערען וועסטו רעדן תוהו ובוהו שטותים מיט לאקשן, דו ספינסט און רעדסט פיל מאל אזעלעכע שרעקליכע הבלים אז ס'פארגייט די אפעטיט אנצוקוקן די געשרייבאכץ
בנוגע הגאון בעל מנחת יצחק זצוק"ל איז געווען ידוע דעמאלץ זיין מצב הבריאות, און די ארונים האבן פאר זייער אגענדע אים מבזה געוועזען אזוי שרעקליך מיט פעלטשעווען זיין נאמען אויף די חתימה,
10950א גוטע נאכט, ביטע רוף ארבייט פארמיטלונג באצייטנס פאר דו דארפסט רופן שלום בית קאמיטע, ארבייטסלאזיגקייט איז זייער שעדליך!
נשלח ב-25/1/2012 21:16
KJ טייערער, איך האב א קאצן קאפ, און עס האט מיר גענומען אביסל זיך דערמאנען אז דו ביסט מיר עפעס שולדיג. בערך א וואך צוריק האסטו געזאגט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בני יואל.
איך האב דיר צוריקגעשריבן דאס וואס דו זעסט דא אינעם קעסטל:
[quote]
KJ. ביטע אנטלויף נישט. דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.
ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.
און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.
וואס א שאנדע.
נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.
איך האב דיך כמה פעמים געפרעגט דערוועגן, אבער פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה ביסטו פארשוואונדן געווארן.
יעצט ביטע אז דו ביסט שוין יא דא ב"ה געזונט און פריש, וויל איך דיך דא פרעגן נאכאמאל שיין און בדרכי נועם, ביטע נעם רעספאנסיבילטי פאר דיין סטעיטמענט אויב ס'איז מעגליך.
ביטע אנטלויף נישט נאכאמאל. איך האב נישט קיין צייט דיך נאכצולויפן אזויפיל מאל.
א דאנק. ידידך מ'לאנצוט
נשלח ב-25/1/2012 20:28
וואס ביסטו מדמה די צוויי דיינים.
דער דיין וואס דו ברענגסט האט דאך געלאזט ארעסטירן מענטשן און האט געשריבן 20 בריוון קעגן איין צד. וואס דער דיין פון קרית יואל האט די אלע זאכן קיינמאל נישט געטאן.
ענקער סבלן האט געזאגט ביי עירוב דרשה, אז רביה"ק האט געהאלטן אז מ'טאר נישט טראגן, אבער שרייען אויף יענעם, מאן דכר שמי', פונקט ווי מאשין מצות און רבינו תם... וואס איז אנדערש ביי סידור קידושין ווען ענקער דעת יחיד האלט אז מ'טאר נישט (עטץ קלעבטס עס אן אין דברי יואל, וואויל און פיין), אבער שרייען? וואס איז דאס אנדערש ווי עירוב אדער מאשין מצות?
הא לן והא להו!!
נשלח ב-25/1/2012 20:06
לאנצוט כתב:
לאנצוט קוקט אויף פאקטן:
דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן. און טאקע דערפאר האט עהם ר' אהרן.....
דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס די אהרונים האבן פון אים פארלאנגט מיט כח
נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת. אפילו מ'גייט א ווייסע בעקיטשע יעדער שני וחמישי
נשלח ב-25/1/2012 20:03
קורץ און שארף, די אלע פשעטלעך ווייסן אויך די אלע דיינים וואס האבן מסדר קידושין געווען דארט, און די דיינים און רבנים וואס האבן געטאקע מורא פון שלעק און שטיינער און זענען נישט געגאנגען מסדר קידושין זיין אבער האבן יא גע'פסק'ענט פאר פיל מחותנים אז מ'קען דארט מאכן חתונה אן שום פקפוק, און זיי קענען זיך אויסלאכן פון די פורים איסור פון די "רבנים מטעם", און די אלע רבנים וואס קומען צו די חתונות לאכן זיך אויס פון פסק צוזאמען מיט אלע דיינע פורים תורות ווי דו פארבינדסט די נישט געשטויגענע פורים גדול איסור גראד צו הר חורב.
שנית, יא, דער דיין האט אונטערגעשריבן אקעגן קהילה קדושה בני יואל, וואס די חתימות האבן גורם געוועזען דארף איך דיר נישט זאגן
נשלח ב-25/1/2012 20:02
לאנצוט, דו זאגסט דאך אליינס, ער האט קיינמאל נישט געשריבן קעגן איין צד = ווייל ער ווייסט אויך דעם אמת יעצט האט דער דומ"ץ קרית יואל בלויז מקיים פסק געווען = וואס די אהרונים האבן אים געהייסן (געסטראשעט)
נשלח ב-25/1/2012 19:58
דער איסור איז נישט ניי, די תורה איז אלט נאך פאר בריאת העולם.
אויב ניי, איז עס זיכער די אגענדע וואס מאנכע האבן. איך בין גלייב נישט אז דו ביסט מסופק צו אן אגענדע קען מאכן די תורה הקדושה עקספייערן.
יעדער עוכר ישראל האט אויף זיין ליסטע אגענדעס וואס ער האט חשק אז עס זאל עקספייערן.
לאנצוט קוקט אויף פאקטן: דער דומ"ץ דמתא וועמען רביה"ק האט ממנה געווען, האט נאך אין זיין לעבן נישט געלאזט ארעסטירן קיין איין אידיש קינד, און קיינמאל נישט געשריבן קיין שום בריוו קעגן "איין צד" אין זיין גאנץ לעבן.
דער דומ"ץ דקרית יואל האט בלויז מקיים געווען דעם פסק וואס רביה"ק האט געשריבן וואס איז דא בכתי"ק, און אויך האט ער בלויז איינגעהאלטן דעם זעלבן פסק וואס דער מנחת יצחק האט געשריבן וועגן בני יואל.
נאכאמאל קלאר: די תורה הקדושה עקספייערט נישט צוליב קיינעמ'ס תאווה, מעג זען זיין רבנים מיט זייער ברייטע ביבער היטן און ווייסע און גרינע זאקן אינדערוואכן אדער שבת.
נשלח ב-25/1/2012 19:45
ס'איז דיר געלונגען צו אוועקפירן די שמועס פון עיקר הטענה, איז דא איין אוסר אויף דעם נייעם זאל חוץ איין פעיראלל דיין וועלעכער איז קלאר מלא נגיעות מכף רגל ועד ראש? קום נישט מיט דברי יואל, ווייל די אלע רבנים קענען נאך אזוי גוט דעם דברי יואל ווי א פעיראלל דיין מלא נגיעות, למעשה איז דא דארט אסאך חתונות, און ביי יעדע חתונה זענען זיך הערצליך משתתף נאך און רבנים פון סאטמאר און פון אנדערע קרייזן וואס לאכן פון ענקער ניי געקאכטע פאלשן איסור. ודי בזה!