בית פורומים אידישע געדאנק

דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בני יואל חתונה זאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2012 20:12 לינק ישיר 

און בלויז קלאר צו מאכן, ווער האט אויפגענומען הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה? טוען זיינע פסקים אויך בינדען יעדן - אויך ענק ווייל רביה"ק האט אים אויפגענומען?

 עטץ האטס אראפגעלייגט א כלל פון "פעיראלל דיינים", ווען גילט דאס און ווען נישט? איז דאס א פשוטע "הא לן והא להו"?

ענקער סבלן האט געזאגט ביי עירוב דרשה, אז רביה"ק האט געהאלטן אז מ'טאר נישט טראגן, אבער שרייען אויף יענעם, מאן דכר שמי', פונקט ווי מאשין מצות און רבינו תם... וואס איז אנדערש ביי סידור קידושין ווען ענקער דעת יחיד האלט אז מ'טאר נישט (עטץ קלעבטס עס אן אין דברי יואל, וואויל און פיין), אבער שרייען? וואס איז דאס אנדערש ווי עירוב אדער מאשין מצות?

הא לן והא להו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2012 20:28 לינק ישיר 

וואס ביסטו מדמה די צוויי דיינים.

דער דיין וואס דו ברענגסט האט דאך געלאזט ארעסטירן מענטשן און האט געשריבן 20 בריוון קעגן איין צד. וואס דער דיין פון קרית יואל האט די אלע זאכן קיינמאל נישט געטאן.

אוודאי קען א דיין ווערן פסול. אבער נישט ווייל מיר שמעקט אזוי, נאר ווייל יענער האט זיך נעבעך געשאסן אין קאפ אליין.

דער דיין אין ברוקלין האט ליידער מבזה געווען די תורה און זיך אליין בפני כל העולם כולו אן א שיעור מאל.

וזה ברור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 21:16 לינק ישיר 

KJ טייערער, איך האב א קאצן קאפ, און עס האט מיר גענומען אביסל זיך דערמאנען אז דו ביסט מיר עפעס שולדיג.
בערך א וואך צוריק האסטו געזאגט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בני יואל.

איך האב דיר צוריקגעשריבן דאס וואס דו זעסט דא אינעם קעסטל:

[quote]

KJ. ביטע אנטלויף נישט.
דו זאגסט אז דער מנחת יצחק האט צוריקגעצויגן.

ביטע ברענג באווייזן דערויף, ווייל עס קוקט אויס אז דו האסט דאס יעצט געבאקן, ווייל דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

און איך קלער נאר אריין וואסערע שייגעץ שטיק עס שטעקט אין דיר אוועקצומאכן א "פסק הלכה" פאר דיין תאוות היצר און פאליטיק.

וואס א שאנדע.

נאכאמאל, ביטע אנטלויף נישט.


איך האב דיך כמה פעמים געפרעגט דערוועגן, אבער פאר עפעס א אומבאקאנטע סיבה ביסטו פארשוואונדן געווארן.

יעצט ביטע אז דו ביסט שוין יא דא ב"ה געזונט און פריש, וויל איך דיך דא פרעגן נאכאמאל שיין און בדרכי נועם, ביטע נעם רעספאנסיבילטי פאר דיין סטעיטמענט אויב ס'איז מעגליך.

ביטע אנטלויף נישט נאכאמאל. איך האב נישט קיין צייט דיך נאכצולויפן אזויפיל מאל.

א דאנק.
ידידך מ'לאנצוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 00:16 לינק ישיר 

איך בין קיינמאל נישט אנטלאפן, נאר אזוי ווי איך האב ב,ה א זשאב און איך קען נישט געבן פאר היידפארק צופיל צייט, גיב איך א שנעלער שפרייז דורך דא און דארט, דו האסט ליידער נישט קיין זשאב, און דו ביסט דא 24/7 קען איך נישט נאכיאגן דיין אלע געמויזעכץ

ועוד, א אשכול וואס איך זע דיין ניק פרוביר איך נישט אפילו אריין צו גיין, דו ביסט ממאס יעדען אשכול מיט שטותים והבלים, דו מיינסט אז דו מוזט אייביג האבן דעם לעצטן ווארט ווען דו האסט נישט נארמאל וואס צו ענטפערען וועסטו רעדן תוהו ובוהו שטותים מיט לאקשן,  דו ספינסט און רעדסט פיל מאל אזעלעכע שרעקליכע הבלים אז ס'פארגייט די אפעטיט אנצוקוקן די געשרייבאכץ

בנוגע הגאון בעל מנחת יצחק זצוק"ל איז געווען ידוע דעמאלץ זיין מצב הבריאות, און די ארונים האבן פאר זייער אגענדע אים מבזה געוועזען אזוי שרעקליך מיט פעלטשעווען זיין נאמען אויף די חתימה,

10950א גוטע נאכט, ביטע רוף ארבייט פארמיטלונג באצייטנס פאר דו דארפסט רופן שלום בית קאמיטע, ארבייטסלאזיגקייט איז זייער שעדליך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2012 01:12 לינק ישיר 

אקעי, הייסט דער מנחת יצחק האט נישט עכט צוריקגעצויגן. נאר אזוי ווי ער איז געווען אינעם לעצטן יאר פון זיין פטירה האסט אים אראפגעציפט די יאר.

איך פארשטיי. גראדע קען איך אויך נוצן דעם תירוץ אויף פארשידענע נודע ביהודא'ס און חתם סופר'ס, נישט שלעכט.

אגב, איך בין נישט קלאר פארוואס איך דער אפעטיט פארגייט דיר ווען דו זעסט אז איך האב ערגעץ מגיב געווען. איז עס מעגליך אז ס'איז צוליב דעם וואס איך האב דיך אזוי געזוכט.

אנטשולדיג מיר, כ'וועל מער נישט זוכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 02:03 לינק ישיר 

האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 17:49 לינק ישיר 

גינגריטש כתב:
האסט א שוואכען קאפ? דערמאן זיך נאר ווי אויף'ן ברך משה האבען ענק טאקע גענוצט די תירוץ, אבער נאך ווי, סאיז געוועזען באגלייט גרויסע בזיון ת"ח,
K J דו קענסט איגנארען לאנצוט אויזווי איך טוה ווען ער נערווירט מיך, ער וויל אייביג זיין די לעצטע און ער האט זייער אסאך צייט אויף די הענט



וואס האסטו צוריקגעשאסן יעצט?
הייסט וויבאלד דער ברך משה איז ליידער נישט געווען געזונט, איז שוין יעדער פוסק הדור קראנק?

אויפן ברך משה האט די גאנצע וועלט געוואוסט זיין מצב ליידער, און אויך האט מען עס באשטעטיגט מיט די מעדיקעל רעקארדס.



און יעצט א ווארט צו אלע אטאקעס קעגן לאנצוט:

איך בין איבערצייגט אז די אטאקעס קעגן מיר איז צוליב "מיין  טשעלענדזש".
השי"ת האט אייך געגעבן גוטע קעפ, נוצט אויס אייער שכל צו טשעלענדזשן צוריק. ווייל מיט'ן ענטפערן דעקל וכו' ווערט לאנצוט נישט אפגעענטפערט.

דאס אנטערפן אז איר איר האט נישט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלע מיינע "שטותים", איז זינלאז. ענטפערט קלוג און צודער זאך און איך וועל מודה זיין בעז"ה, אזוי ווי איך האב שוין כמה פעמים געטאן.

ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 18:05 לינק ישיר 

איך הער אז די חודש איז דא היפש חתונות אין די הערליכע נייע זאל, ב"ה אז תורה איז מנצח און נישט טעראר און מעשי נבלה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 19:14 לינק ישיר 

די שאלה איז נישט וויפיל חתונות ס'איז דא. ס'מעג זיין 20 מיליאן חתונות, נישט דאס איז דער מעסטער לדעתי.

די שאלה איז צי ס'איז דא "איין נוטראלער" רב וועלכער איז גרייט צו זיין מסדר קידושין און עובר זיין אויף דעם איסור פון רבי געציל. (דאס איז דער מעסטער).

דערווייל האט רבי געציל זייער שטארק געזיגט - לויט מיין קוק ווינקעל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 21:13 לינק ישיר 

באקימען א אינוועטעישען פון א ווייטע קרוב אויך אין דעי נייע האל, וויפיל שעלטערייען שלעגערייען און וויינערייען זיי מאכען ווערט עס מער אין מער פאקט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דראמא: דושינסקי רב שטעכט אריין מעסער אין בלב אהרן, באנייט בני יואל חתונה זאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.