בית פורומים אידישע געדאנק

דעם בער'ס דרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2012 03:34 לינק ישיר 
דעם בער'ס דרשה

 














דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/1/2012 17:29 לינק ישיר 

אויב האט ער שוין מפייס געווען כדת וכהלכה, צו וואס פעלט אויס צו ברענגען די דרשה יעצט? איז דאס נישט בכלל פון זאגן פאר א בעל תשובה "זכור מעשיך הראשונים"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 11:53 לינק ישיר 

http://theantitzemach.blogspot.com/2012/01/blog-post_17.html


ס'איז אלץ בלאף. דאס איז נישט סאטמאר


















.....וואס די סאטמורים האבען אמאל געשריבען וועגן דעם בעלזער רב


דער עולם החסידות איז אויף רעדער! ס'טייטש? דער בעלזער רב האט געשיקט א מנין אידן - ובראשם שמעון וואלף דער גבאי - און נישט סתם אידן, נאר דיינים טאקע, דאס שענסטע און דאס בעסטע פון בעלז, און זיי געהייסען איבערבעטען בשמו דעם סאטמאר רב, בעל הויואל משה זצ"ל, אויף דעם וואס פאר 30 יאר צוריק האט זיך דער ב"ר אויסגעדרוקט אין א נישט-שיינעם אופן אויפ'ן סאטמאר רב. דאס איז דער לעצטער טריט וואס איז נאך פארבליבען אויף צו מאכען שלום מיט זיין שוואגער, דער סאטמאר רבי פון קר"י, ר' אהרן טייטלבוים, און אזוי מיט חסידי סאטמאר בכלל.  דאס אז אין סאטמאר איז פארהאן נאך א גרופע וואס איז נישט אונטערטעניג צום רבי'ן ר' אהרן, דאס איז א פראגע וואס קיינער האט נאך נישט דער ענטפער דערצו... "כל הכבוד צו דער סאטמאר רב", שרייט מען, "אזא איש השלום!" דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. אנדערע גיבען גאר קרעדיט צו דער בעלזער רב און זאגען אז טאמער איז ער ביז היינט נישט דער מערסטע מוצלח'דיגע רבי איז ער יעצט אוודאי! נישט נאר האט ער פסיכעלאגען אין זיינע חדרים און ישיבות, ער מאכט שלום אויך! העפי דעיז אר היער אגען. איז נישט נאר דאס; די סאטמורים זעהען אויס בעסער און בעסער פון טאג צו טאג, זיי ווארפען אראפ פון זיך דער אלטער לעיבעל פון שלעכטע מענטשען און זענען יעצט אנשי שלום. מ' רופט ר' מיכל זעלבער צו כ"א כסלו פארדיס און מ' פארט אין חב"ד אין פאלם ספרינגס. והאמת והשלום אהבו. נישט אז מ'אפרישיעט נישט די אלע גוטע זאכען וואס מ'טוט.






















א טראפ'קעלע דרך ארץ פאר'ן בעלזער רב ווייזען זיי נישט ארויס דא מיט'ן צעטל


וויל אייך דעמאלט זאגען אז דעם ציג קען מען נישט פארקויפען קיין הייסע לאקשען, ער עסט דאס נישט. ווער איז ער צו מאכען שלום בכלל? ווער דארף דען דיין שלום? וועם איז אנגעגאנגען די מחלוקת בכלל? ווער גלייבט דען אז דער שלום איז לש"ש? וואס וועט זיין פונעם שלום? נישט אז איך וויל ווייטער אנפירען מיט מחלוקת, ח"ו, נאר איך פארשטיי נישט די גרויסע שמחה בכלל! וואס איז ס"ה דא געשעהן? דער וואס האט לדעתם פוגע געווען אין סאטמאר רב'ס כבוד איז נישט געפארען צום ציון, ער האט געשיקט שלוחים. וואס איז מיט'ן "מצוה בו יותר מבשלוחו?" קען מען דען יוצא זיין דער חיוב אזוי? נאכאמאל, דאס מיינט נישט צו זאגען אז ער האט א חיוב פיוס בכלל.פארוואס זאל איינער וועלכע מ'האט פארשעמט פאר 30 יאר אין די גאסען - כפשוטו - דארפען איבערבעטן דער וואס זיינע מענטשען האבען עס געטוהן? צו דער וואס איז מכריז פאר' די וועלט אז ער איז דער ממלא מקום? איז שטיי און שטוין! וואו איז די שכל פונעם המון עם? וואו איז דער עם חכם ונבון אין די פרשה? פארוואס זעהט מען נישט דאס וואס איז קלאר ווי דער טאג?






















{די קו"ק קעגן בעלזא}

























און וואס איז מיט'ן צד שני אין סאטמאר? זיי דארף מען נישט איבערבעטן? זיי זענען זיך אינגאנצען מתעלם פונעם מחילה בעטען און פירען יעצט אהן ווייטער די מלחמה. דער רשע און עוכר ישראל מנשה פולאפ האט די וואך געפרעדיגט אין א העצע רעדע קעגן בעלז איבער 9 מינוט און האט זיי גערופען "מסיתים ומדיחים" און "משכילים" און נאך ארגער. זעהט אויס אז זיי נעמען נישט אהן די מחילה. איז וואס טויג אונז אזא שלום?אז איר גלייבט נישט און האט 9 מינוט צו מבטל זיין הערט אויס ווי פולאפ איז פוער פיו ווי דער נידערטרעכטיגע יונג וואס ער איז. דאס איז סאטמאר! דאס איז וואס מיר האבען געהערט אלע יארען וועגן סיי וועלכע קרייז וואס איז נישט געפעלען פאר סאטמאר. טאמער זענען די בריונים מוחל אויף דעם וואס די בעלזער האט זיך און זיין דרך און זיינע פעטערס און זיידעס פארטיידיגט וועט מען קענען גלייבן אז מ'זוכט צו מאכען שלום. ביז דאן איז עס גארנישט מיט ווידער נישט. וואס מ'זעהט היינט בראשית ר' אהרן פון קרית יואל איז לדעתי נישט סאטמאר. ס'איז א פארוואסערטע  נאכמאכונג וועלכע האט פארלוירען דעם מהות און איז נאר דומה צום ארגינעלן. סאטמאר
אהן קנאות און שעלטעריי איז קיין סאטמאר נישט! אזוי זאגט די ציג! וועם עס געפעלט נישט קען זיל טרעפן א נייע ציג.


















ווען איך וואלט געווען א בעלזער חסיד וואלט איך זיך געשעמט מיט דעם גאנצען צערעמאניע וואס איז דא פארגעגאנגען. מיין רבי האט דעמאלסט ס"ה זיך אנגענומען פאר זיינע הייליגען פעטער זצוק"ל, וועמענס מאנען די סאטמורים האבען אין יענע צייטען שוין 30 יאר געשלעפט אין די מאראסט. ער האט אים נישט פורס בשם געוועהן. ער האט נישט אנגעשמירט קיינע גאסען מיט מיאוס'ע גראפיטי כמנהג סאטמאר. ער האט סה"כ געזאגט א ווארט צוויי וועגן שטאפ-גענז. שוין. איך אליין וואלט עס נישט געזאגט. זייט ווען איז דער סאטמארער קהילה און עדה החרדית דער יורש פון רבינו החת"ם סופר איז מ'דארף זיי איבערבעטן ווען מ'טשעפעט זיך מיט'ן חת"ס?  דער בעלזער אליין איז דאך א האלבער אונגארישער מצד אמו תליט"א. טאמער וויל ער און טאמער שפירט ער זיך נייטיג, קען ער פארען קיין פרעשבורג און דארט איבערבעטען.ער איז פונקט אזא בר דעה אויף אונגארישקייט און חת"ם סופר'קייט ווי די אנשי סאטמאר. די סיגעטער קינדער זענען קיינמאל נישט געפארען לערנען אין פרעשבורג, זיי איז גוט געווען אהן די חת"ם סופר ותלמידין אויך, טא וואס ווערן זיי אזוי צוקראצט פון די פאר ווערטער וואס דער ב"ר האט ארויסגעלאזט פון מויל?


*************** allowfullscreen="" frameborder="0" height="315" src="http://www.youtube.com/embed/pwjkGYVjbxs" width="420"><*

מנשה פולאפ אין לאנדאן לעצטנס פרעדיגט קעגן בעלזא

Sorry for using a Holocaust analogy, but it's like Paris 1940, when AH dragged out the same railroad car that the Germans were forced to sign the Treaty of Versailles, and forced the French to sign their surrender there. That's what the "Bakoshas Mechilleh" ceremony here looked like. The only way to make this worse was if the Satmar Rebbehimself was there to "accept the apology." Thank G-d they didn't do that. If I was aBelzer Chossid I'd be terribly embarrassed and ashamed. No matter what I thought of my Rebbe and no matter how much I love Belz and stand up for its honor. What he did back in 1982 was to defend his uncle's honor. In no way was he beholden to the Eida HaChareidis, just like his uncle decided to deny the kanoyim when they requested/demanded that he wear the Jerusalem garb. He could have his own Beis Dinand Kashrus system if he so pleases. Now he embarrassed his holy uncle all for his own silly ego, and to please their wives, probably. His and Teitelbaum's. Such an inferiority complex he has? The Satmar Rebbe himself couldn't understand why hisshvogger wants so much to meet with him and to make peace. I fail to see what the reason for celebration is here.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 02:10 לינק ישיר 

קונצען, עס איז טאקע געווען א גוטע מליצה און דער רבי זי"ע וואלט עס אפשר ווען געזאגט, און עס וואלט ווען אריין געקומען אין א דרשה סתם אזוי אפילו ווען בעלזער רב זי"ע הייסט ווען נישט אהרן, ווייל דער געדאנק דערפון איז טאקע דאס אז ליידער מאכט זיך אמאל אז דער שטן איז מסמא עינים פאר די מנהיגי הדור (דו ביסט מסתמא אויך ברוגז אויף די תוה"ק פארן שרייבן אז אהרן האט געמאכט דעם עגל ), נאר וואס זאל מען טון אז דער סאטמאר רב האט קיינמאל נישט דערמאנט אין יענע גאנצע שטורמישע תקופה - עכ"פ ברבים -  דער ענין פון אהרן הכהן מיטן עגל?

(אגב איז דא א ווערטל אז ווען מען האט דאס איבערגעזאגט פארן רבי'ן וואס די בעלזא זאגן אז ער האט געזאגט, האט דער רבי געזאגט ח"ו! איך וואלט קיינמאל נישט מדמה געווען א מענטש פון היינטיגן דור, גדול ככל שיהיה, צו אהרן הכהן)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 00:34 לינק ישיר 
דו אזוי געריפענע דרשה אנקעגען "בעל דברי יואל" איז געווען תשמ"ב, דאס איז געווען

* 2 יאהר נאכדעם וואס סאטמאר האט צושטערט דו שלום ציווישען בעלזא און עדה החרדית.

*  נאך גאנצע 2 יאהר וואס סאטמאר האט גערוידפט בעלזא מיט דו ערגסטע פאשקעווילן און מיט וואנדעלעזירן דו בעלזא ביהמ"ד און וויליאמסבורג (דו וויליאמסבורגער קריסטעל נאכט).

* נאכדעם וואס דער "ברך משה" האט גערעדט דאס ערגסטע אויף דו גאנצע בעלא קהילה, ביניהם זקני וחסידי בעלזא וואס זענען געווען גרעסער און עלטער פון אום.

און מעל כולם, האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א נישט גערעדט פרזענליך אנטקעגען דעם "דברי יואל".

 

און ווער האט יא גערעדט פערזנליך אויף אנדערע גדולים?

דער דברי יואל אין זיין ספר ווי ער ריפט אן אלע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אנדערשט ווי אום "אלא שכרעו לבעל".

ווי אויך האט ער געזאגט ברבים אויף רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל" און אז ער אין אז ער איז אזוי ווי דו רבנים און כת שבתי צבי – עפרא לפומא

דער ברך משה, וואס האט ברבים געזאגט אויף אלע בעלזער חסידים אז זיי זענען "נאלאגען" ביניהם זקני וחסידי בעלזא וואס זענען געווען גרעסער און עלטער פון אום.

און דער בירך משה מיטן דברי יואל האבן נאך נישט איבערגעבעטן בעלזא עד היום הזה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 18:33 לינק ישיר 

רב הסוער


איך שטוין אויף דיר.
דו ווינדערסט זיך אויף מענטשן וועלכע זענען געגאנגען פראטעסטירן קעגן די שפאנישע אמבאסאדע נאכן "צוריק מקבר זיין" קברי ישראל?

זיי האבן יעצט פיל מער פיינט בעלז נאכן פיוס ווי פאר דעם.
ווייל ביז יעצט, ווער האט דען געקוקט אויף אים. יעצט זענען זיי ווילד אז דער בעלזער האט נישט גענומען רשות פון די וועלכע רייסן אויס סימנים אין שו"ע פאר זייער פאליטיק.

רב הסוער, די צייט איז שוין געקומען אויפצוהערן זיך צו וואונדערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 18:28 לינק ישיר 

פון ווי קומט דער גרויליקער מדה רעה, פון ארויפברענגן אלטע חטאים פונקט ווען איינער זוכט צו תשובה טאן, ווי זעמיר דא און סדום? דארט האט מען געווארפן מענטשן צו די בינען פארן חטא פון טון א גמילת חסד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 18:03 לינק ישיר 

בוסתנאי,
איך פארשטיי אז עס טוט דיר וויי דעם גאנצן פיוס, אבער איך האלט אז די בושה איז קינדיש. דו דארפסט זיין שטאלץ אז ענדליך ענדליך נאך 30 יאר האט דיין רבי געהאט דעם שטארקקייט צו זאגן חטאתי.

יעדער מאכט א טעות, דער נער איז נישט מודה.

זיי נישט געפאלן ביי דיר. אדרבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 17:32 לינק ישיר 

אדרבה אז האסט די ארגינעלע טעיפ דאן לייג עס ארויף, אזוי וועסטו שיסן צוויי פויגלעך אויף איינמאל. איינס אז סאטמאר וועט בלייבן חוזק אז וועסט אויפווייזן עס איז א בלבול, צווייטענס וועט עס ריינוואשן בעלז און ווייזן אז סאטמאר ליגנט געזאגט. און אגב אויב האט ער נישט גערעדט קעגן די סאטמאר רבי טא פארוואס באהאלט מען די טעיפס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 16:49 לינק ישיר 

בקיצור אין איין ווארט. דיין רבי איז אזא צדיק אז אפילו ער האט נישט גערעדט אויפן סאטמאר רב זצ"ל, דאך איז ער גרייט זיך ארויסצושטעלן און בעטן מחילה צו געבן ווידערגוטמאכונג פאר סאטמאר. מורא'דיג.
 
וואס איך וויל פארשטיין, אויב איז דאס טאקע דער ווארהייט, און ער ברענט אזוי פאר שלום, טא וואס האט ער געווארט דרייסיג יאר מיט דעם שפיל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 11:15 לינק ישיר 

ביז קונצען וועקט זיך אויך וועל איך שרייבן א פאר ווערטער.

קודם כל וועל איך מיך מתוודה זיין אין מודה זיין אין מיין שולד אז איך ליידער נעבעך א בעלזער.

דער וואס איז ביי ענק נישט מער ווי א בער, איז מיין רבי, און איך האלט פון אים ווייניגסטנס אזוי ווי ענק האלטן פונם ויאל משה זצ''ל. ענק זענען דאך נישט קיין פאנאטישע מענטשן, מיזן ענק קענען דולדען אז עס איז דא ביי כלל ישראל יודן וואס האלט אנדערש פון ענק אין טראכטן אנדערש פון ענק.

בנוגע צו די דרשה וואס נוטראל האט געברענגט.

איך מיין אז יעדער זעט אויף די ערשטע שורה וואס דארט שטייט "שטייעדיגע" אז דאס האט סאטמאר געטייפט, א בעלזער שרייבט נישט אזוי, עס קען מעגלעיך זיין אז עס איז נאך געשריבן ווארט ביי ווארט פון די טעיפ פון די דרשה.
אבער נישט וואס בעלזער רב האט גערעט נאר פון די טעיפ וואס סאטמער האט נאך געמאכט, טאקע די זעלבע טעיפ וואס מען האט געלאזט הערן פאר די רבנים כדי זיי זאלן חתמנען,  (טייל פון זיי האבען טאקע במשך די יארן צוריק געצויגען אין געבעטן מחילה פון בעלזער רב ווייל זיי האבען זיך דערוויסט פון דעם שווינדל)

איך בין געווען ביי די דרשה, איך געדענק יעדעס ווארט, ער האט קיינמאל קיין ווארט נישט גערעט קעגן דעם סאטמער רב זצ''ל איך האב אויך די ארגינעלע טעיפ וואס מען האט געקענט קויפן גלייך מוצאי יום טוב.

וועט עטס פרעגן אויב אזוי פארוואס בעיט ער אים איבער ? די תירוץ איז זייער פשוט, ער וויל שלום (איך ווייס נישט וואס פעלט עס אים אויס) און פאר שלום וועט ער טין אלעס.

פאר אזא איינער ווי מיר וואס געדענקט גיט יענע תקופה, און וואס האט מיט געלגעבט די טערור וואס סאטמער האט געמאכט פאר בעלזא, איז די געפיל יעצט אזוי ווי די יודען וועלן צאלן "ווידערגוטמאכונג" פאר די דייטשען (להבדיל, פארשטייט זיך).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 07:05 לינק ישיר 

ייש"כ נוטראלער פארן ברענגען די דרשה במילואה, די ערשטע מאל איך זע דאס. און צו טראכטן אז דאס זאגט א ראצער פון א יונגערמאנטשיק 33 יאר אלט אקעגן א רשכבה"ג וואס לעבט שוין נישט, מען דארף פרעגן קונצן וואס עס הייסט יא פוער פיו געווען אז נישט דאס.

אגב, סאיז נאך דא האפענונגען פאר די אלע קונטרסים און חידושים בענין? הגם ביי חסידים איז דער עיקר דער דיבור פון א רבי'ן, אבער מען האט דאך אונז דאך מבטיח געווען קונטרסים מיט חידושים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 05:06 לינק ישיר 

עפעס רעדט ער פון זיך פירן ווי א נועם המדות
סאנד פאמיליער הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעם בער'ס דרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext