בית פורומים אידישע געדאנק

די אומערווארטעטע רעקאציע פון העדה החרדית אויף שלום מיט בעלזא!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2012 22:08 לינק ישיר 
די אומערווארטעטע רעקאציע פון העדה החרדית אויף שלום מיט בעלזא!

אין די וואכעדיגע אויסגאבע "העדה" פון די עדה החרדית בירושלים עיה"ק איז געקומען א אומערוואטעטע רעאקציע צו דעם מעמד בקשת מחילה פון בעלזא ביים רבי'ן זי"ע, און צו די נאכפאלגענדיגע מעלדונג פון ר' אהרן טייטלבוים אז ער גייט באזוכן דעם בעלזער. ‎​
 
דער 'העדה' טוט ברייט באריכטן די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר צוויי וואכן צוריק אין קרית יואל, וואו דער רבי האט שטארק ארומגערעדט וועגן די שבירת חומת הדת וואס קומט פאר אין ארץ ישראל, און דער רבי האט ציטירט א תורה פון בעלזער ביי די חנוכה ליכט וואו ער האט געזאגט אז דער וועג זיך צו שלאגן מיט די עוקרי הדת איז דורכן בויען נאך בנינים און מוסדות התורה, וואס אויף דעם האט דער רבי שליט"א געזאגט אז דאס איז זייער פיין ווען מ'בויעט מוסדות על טהרת הקודש, אבער אויב זענען די מוסדות געבויעט מיט געלט פון די מדינה הטמאה און מיט פארדרייטע השקפות פון זיך אויסמישן מיט די ציונים און זייערע לימודים איז די גאנצע זאך נישט ווערד. ‎​
 
אזוי אויך אז רבינו שליט"א האט שארף אראפגעריסן די חסידי בעלזא פארן אראפנעמען דעם טאוועל אין זייער שיכון אז די פרויען זאלן אריבערגיין אויף די אנדערע זייט גאס פונעם ביהמ"ד, און זיי טוען די אלע זאכן בלויז ווייל זיי ווילן געפעלן פאר די רשעי ישראל. ‎​
 
דאס אלעס ווערט באריכטעט אין די העדה, און מיט דעם איז קלארגעשטעלט געווארן די שטעלונג פון די עדה החרדית אז נכון הדבר דער בעלזער האט איבערגעבעטן רביה"ק זי"ע אויף וועם ער האט פוער פיו געווען, אבער די מערכות כבדות וואס די רבנים גאונים וקדושים פון די עדה החרדית זי"ע ובראשם דער נשיא מרן בעל ברך משה זי"ע האט געפירט מיט די כת בעלזא פארן פרובירן צו צעברעכן דעם כח פון ערליכע אידן אין ירושלים עיה"ק איז נאך בתקפו עד שישיב ולא יחטא עוד. ‎​
 
דער באריכט ערווארט אויסצורופן א שטורעם אויף די גאס, און אויף חסידי ר' אהרן טייטלבוים בפרט וועלכע האבן זיך שוין געפריידט אז מ'האט גע'כשר'ט דעם חזיר פיסל און מ'וועט קענען האבן נאך א בילד מיטן בעלזער. (איינס איז שוין דא כידוע.)

תוקן על ידי געלעכטער ב- 18/01/2012 22:57:00




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 07:46 לינק ישיר 

קונצען כתב:

און מעל כולם, האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א נישט גערעדט פרזענליך אנטקעגען דעם "דברי יואל".

  



כאפט א בליק אויף די דרשה און גאזט מיר צו ער האט טאקע נישט גערעדט אויפן רבין פרעזעלנדליך
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2938269&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 07:41 לינק ישיר 

קונצען כתב:

ווי אויך האט ער געזאגט ברבים אויף רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל" און אז ער אין אז ער איז אזוי ווי דו רבנים און כת שבתי צביעפרא לפומא



איך זיץ שוין 10 גאנצע מינוט און איך קוק צו איך האב זיך נישט טועה געווען........

די לעצטע צוויי ווערטער....

ווען דיין רב שוין אנערקענט נאך דרייסיג יאר וואספארא שרעקליכע טעות ער האט געמאכט מיטן עפענען א מויל מיט ליצנות און זלזול אויף רבינו הקדוש ועל ספרו.
ווי ציטערט דיר נישט די הענט צו שרייבן אזא לשון?????

צו דער סאטמארע רב האט יא צו נישט געזאגט אויף הרה"ק מבעלזא זצ"ל איז נישט נוגע, א הקדוש והטהור מרחם, צוויי קדושים וטהורים, איך רעדט בכלל נישט אריין. אבער די תינוק בן יומו ווי פארפוילט דארף מען זיין אז דיינע הענט האט אזאנס געקענט שרייבן???

תוקן על ידי קנאקעדיק ב- 19/01/2012 07:43:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 02:21 לינק ישיר 

קונצן היקר, אויב מעגליך ביטע ארויפלייגן דעם גאנצן פעידזש אזוי אויך האסטו אנדערע דאקומענטן און קאפיעס פון יענע תקופה, אל תמנע טוב מבעליו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 00:38 לינק ישיר 

איך האב דא א קאפיע פון א בריוו געשריבן בכת"י קודשו פון הרה"ק רמ"א פריינד זצוק"ל, ה' בראשית תשט"ז,

איבער די סאטמאר רבי'ן'ס דרשה אין בני ברק בשנת תשט"ו

שרייבט ער בתוך הדברים בזה הלשון:

...ומה שכתבו השקר הנורא שכ"ק אדמו"ר שליט"א דרש בהדרשה ענין מעשה העגל שנעשה ע"י אהרן הכהן, והכוונה לדמות שכן הוא גם כעת, שמכ"ק הרה"ק מבעלזא שליט"א ששמו גם כן אהרן יצא העגל הזה, מהשקר הנורא דיבר עמנו רבינו הקדוש שליט"א שנסענו בטאקסע אחד, ואמר היות לפלא שכל ענין העגל כעת לא עלה במחשבתו ולא דיבר אפי' מילא אחת מזה בכל הדרשה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 00:29 לינק ישיר 
דו אזוי געריפענע דרשה אנקעגען "בעל דברי יואל" איז געווען תשמ"ב, דאס איז געווען

* 2 יאהר נאכדעם וואס סאטמאר האט צושטערט דו שלום ציווישען בעלזא און עדה החרדית.

*  נאך גאנצע 2 יאהר וואס סאטמאר האט גערוידפט בעלזא מיט דו ערגסטע פאשקעווילן און מיט וואנדעלעזירן דו בעלזא ביהמ"ד און וויליאמסבורג (דו וויליאמסבורגער קריסטעל נאכט).

* נאכדעם וואס דער "ברך משה" האט גערעדט דאס ערגסטע אויף דו גאנצע בעלא קהילה, ביניהם זקני וחסידי בעלזא וואס זענען געווען גרעסער און עלטער פון אום.

און מעל כולם, האט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א נישט גערעדט פרזענליך אנטקעגען דעם "דברי יואל".

 

און ווער האט יא גערעדט פערזנליך אויף אנדערע גדולים?

דער דברי יואל אין זיין ספר ווי ער ריפט אן אלע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אנדערשט ווי אום "אלא שכרעו לבעל".

ווי אויך האט ער געזאגט ברבים אויף רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל" און אז ער אין אז ער איז אזוי ווי דו רבנים און כת שבתי צבי – עפרא לפומא

דער ברך משה, וואס האט ברבים געזאגט אויף אלע בעלזער חסידים אז זיי זענען "נאלאגען" ביניהם זקני וחסידי בעלזא וואס זענען געווען גרעסער און עלטער פון אום.

און דער בירך משה מיטן דברי יואל האבן נאך נישט איבערגעבעטן בעלזא עד היום הזה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 00:28 לינק ישיר 
יא דו בילד איז פון שבט תש"מ





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2012 00:28 לינק ישיר 

שוין קעניינעהארע פאריבער גאנצע 2 טעג פון די גרויסע מחילה,

ס'טוט זיך א פלאטיזירעכטס און אניליזראכטס, יא שלום נישט שלום,

מ'האט שוין ציפליקט ר' אהרן אויף שטיקער, היתכן ער מאכט שלום, ער איז א ציוני, ער זאל איבערבעטן קאשויער רב, וכו'

רבותי כאפטס א טיפן אטעם און בארואיגטס ענק אביסל:

דערווייל איז נאך נישטא קיין שום שלום אפמאך מיט קיינעם, זערא, זילטש, נאדא

דאס גאנצע וואס איז דא איז דער בעלזער האט געשיקט שלוחים צו מפייס זיין אדמור"י סאטמאר, וזה הוא,

ר' אהרן זיצט און פאלם ספרינגס, בראט זיך אויפן זון, ווייסט נישט פון קיין שום שלום,

אפי' דער בעלזער איז קען זיין מיטאמאל אינטערסירט צו זיין בשלום מיט סאטמאר, קען זיין ער האט בלויז באקומען א התעוררת צו זיין נקי מעבירות שבין אדם לחברו, האט ער געטאן ווי דער שו"ע הייסט, אבער שלום מיט די היינטיגע סאטמארע חסידות? א מכה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 23:32 לינק ישיר 

דייקן כתב:
לאנצוט, איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער מיר וואונדערט זייער וואס האט דיר געמאכט -לעצטנס- טוישן דיינע מיינונגען, הגם איך שטום מיט צו רוב, אבער אמאל האסטו נישט אזוי גערעדט.


אויב וואס איך זאג איז קעגן שו"ע אדער די תורה, בין איך אלעס מבטל. אבער איך מוז נישט כסדר נוצן אלטע מעטאפאר'ן. איך טרכט אז ענטפערן "לשיטתך" איז די גרעסטע פירכא. אזוי האב איך מקובל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 23:19 לינק ישיר 

מהר"א האט געזאגט כ"א כסליו

אז פרומע ציונות איז טמא ומטמא

געלעכטער איר מיינט אז ער האלט היינט אנדערש ? 

אויב וועט ער באזוכן דעם בעלזער איז דאס ווייל מען מעג באזוכן גור אויך




איך רעד צו מענטשן דא זעה איך יעדער פארשטייט אלעס קלאר

קום איך אריין אין היידפארק

זעה איך מענטשן רעדן אזוי פארדרייט און נאריש

איז די עולם אין אמעריקא אזוי?

אדער נאר אויף היידפארק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 23:17 לינק ישיר 

לאנצוט, איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער מיר וואונדערט זייער וואס האט דיר געמאכט -לעצטנס- טוישן דיינע מיינונגען, הגם איך שטום מיט צו רוב, אבער אמאל האסטו נישט אזוי גערעדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 23:05 לינק ישיר 

און ווען די זעלבע עדה האט גע'אסור'ט די בני יואל, כחרם, כקונם, וואו איז דער הייליגע רבי געווען דעמאלט?

אויב דאס מיינט נאך אלץ נישט היפאקריט, וואס מיינט עס?

געלעכטער, האסט נישט געכאפט אז דער דעקל איז פון זייער א גרויסע חלה.... נישט קיין בילקעלע !




א חוץ אויב א איסור פון די עדה קען עקספייערן לויט דיין געשמאק... (פאר א דעקל דארף מען אלעס זאגן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 22:59 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
אשכול נומער 16.
די עדה האט רעכט. זיי קענען ווייטער פירן קריג. אבער (אבער הגדול) עס איז מער נישט סאטמאר'ס פראבלעם.

און עס קען אפילו זיין אז די עדה האלט אז ער דארף מפייס זיין. (אויך זייער עסק).

אגב, דאס איז מיין מיינונג. איך קלער אז עס איז אויסגעהאלטן.


איינער קען אהערברענגן דעם בריוו פון רבינו הקדוש זי"ע וואו ער שרייבט אז מיר מוזן מחזק זיין די עדה'ס שטעלונגען?

(דאכט זיך אז עס איז געדרוקט אין דברי יואל מכתבים)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 22:56 לינק ישיר 

outspoken כתב:
הרב פרענקפוטער (דער שוטה)האט עס שיין ארויסגעברענגט,  ס'איז  פאמיליע אפמאך אבער ס'האט גארנישט מיט מרז''ל וואס איז אנטי ציוני...

(רב ווייס זצ''ל ליגט אין א''י אבער אים עט ער נישט גיין איבערבעטן )


פון די צוויי רעבעציןס די צדיקת'ער האט ער געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 22:54 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2012 22:52 לינק ישיר 

איז דער בילד פון תש"מ?



שווער צו זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די אומערווארטעטע רעקאציע פון העדה החרדית אויף שלום מיט בעלזא!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext