איך האב דא א קאפיע פון א בריוו געשריבן בכת"י קודשו פון הרה"ק רמ"א פריינד זצוק"ל, ה' בראשית תשט"ז,
איבער די סאטמאר רבי'ן'ס דרשה אין בני ברק בשנת תשט"ו
שרייבט ער בתוך הדברים בזה הלשון:
...ומה שכתבו השקר הנורא שכ"ק אדמו"ר שליט"א דרש בהדרשה ענין מעשה העגל שנעשה ע"י אהרן הכהן, והכוונה לדמות שכן הוא גם כעת, שמכ"ק הרה"ק מבעלזא שליט"א ששמו גם כן אהרן יצא העגל הזה, מהשקר הנורא דיבר עמנו רבינו הקדוש שליט"א שנסענו בטאקסע אחד, ואמר היות לפלא שכל ענין העגל כעת לא עלה במחשבתו ולא דיבר אפי' מילא אחת מזה בכל הדרשה...
נשלח ב-19/1/2012 02:21
קונצן היקר, אויב מעגליך ביטע ארויפלייגן דעם גאנצן פעידזש אזוי אויך האסטו אנדערע דאקומענטן און קאפיעס פון יענע תקופה, אל תמנע טוב מבעליו.
נשלח ב-19/1/2012 07:41
קונצען כתב:
ווי אויך האט ער געזאגט ברבים אויף רשכבה"ג כ"ק מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל "אהרן עשה את העגל" און אז ער אין אז ער איז אזוי ווי דו רבנים און כת שבתי צבי – עפרא לפומא
איך זיץ שוין 10 גאנצע מינוט און איך קוק צו איך האב זיך נישט טועה געווען........
די לעצטע צוויי ווערטער....
ווען דיין רב שוין אנערקענט נאך דרייסיג יאר וואספארא שרעקליכע טעות ער האט געמאכט מיטן עפענען א מויל מיט ליצנות און זלזול אויף רבינו הקדוש ועל ספרו.
ווי ציטערט דיר נישט די הענט צו שרייבן אזא לשון?????
צו דער סאטמארע רב האט יא צו נישט געזאגט אויף הרה"ק מבעלזא זצ"ל איז נישט נוגע, א הקדוש והטהור מרחם, צוויי קדושים וטהורים, איך רעדט בכלל נישט אריין. אבער די תינוק בן יומו ווי פארפוילט דארף מען זיין אז דיינע הענט האט אזאנס געקענט שרייבן???