| נשלח ב-19/1/2012 15:27 |
|
| |
וואס האט דער מנחת יצחק געהאלטן?
ס'איז הימל און ערד און מנחת יצחק די זאלי/בני יואל סיקריקים וואס קענען נאך נישט אראפשלינגען אז מען האט זיך מיט זיי נישט דורכגעשמועסט, די וועלט זעט אז נישט זיי זענען די פארטרעטער פון רבין ז"ל, איז חדשים לבקרים קומען זיי אויף מיט פרישע טענות פארוואס מען קען נישט אננעמען דאס מחילה בעטן פון בעלזער רבי, איינער טענה'ט אז ער האט געדארפט זיך אויפשטעלן ברבים איבערבעטן (הגם דאס איז נישט מבואר אין שו"ע), א צווייטער טענה'ט מיט א לומדות, אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד חבירו (הפנים ער מאכט יעדן טאג א ברכה לבטלה ביי סלח לנו), און ווידער איז דא אנדערע וואס נעמען זיך גאר אן פארן כבוד פון מנחת יצחק, און ווילן פארן גארנישט הערן פאר מען בעט איבער דעם מנחת יצחק (וואס וועט זיין נאכדעם? מען וועט טרעפן א פרישע תירוץ). איז אינטערעסאנט צו קוקן אביסל אויף צוריק, און ציען א שטריך פונעם מנחת יצחק מיט די וואס נעמען זיך אן היינט פאר זיין כבוד. אט איז א אינטערעסאנטע בריוו וואס דער מנחת יצחק האט געשריבן צוויי חדשים פאר זיין הסתלקות, ניסן תשמ"ט ווען רביה"ק בעל ברך משה ויבלחט"א רבינו שליט"א האבן זיך אנגעליטן רדיפות פון די כת. בס"ד ירושלים עיה"ק ת"ו, יום ג' שנכפל בו כי טוב, ו' לחודש אשר ישועות בו מקיפות, שנת תשמ"ט לפ"ק אשא שלום לידיד ה' וידינ"פ עוז, האי גאון וצדיק, אלפי ישראל הולכים לאורו, אדמו"ר הגה"ק שליט"א מסאטמאר, ונשיא עדתינו החרדית. אחדשה"ט וש"ת וצדקתו, כראוי וכמשפט לאוהבי שמו הגדול, בזו השעה נתכבדתי ביקרו בהני תרי אברכים יקרים מתושבי העיר הגדולה לאלקים קרית יואל רבתי, ושמעתי מהם מקרוב כל הענינים, ואחת אדבר למעכ"ק אדמו"ר שליט"א כי לא ידאג כלל, ובעז"ה לא ינוח וכו' על גורל הצדיקים, הק"ק והמוסדות יסדום רביה"ק זי"ע בקדושה עליונה, ובע"ה תרוממנה קרנות צדיק להאיר פני עולם בתורתו וצדקתו מתוך שמחה והרחבת הדעת בבריאות השלימות, ובעז"ה בנו הרה"ג שליט"א ש"ב ביודעי ומכירי קאמינא הוא האיש אשר לו נאה ולו יאה לישב על מדין ולהרביץ תורה לרבים ולו יתר שאת ויתר עז לשקוד על תיקוני הקהלה שיתנהל כרצון ה' ויראיו דרך הקודש שהורה לנו רועה נאמן מרן רביה"ק נ"ע, זכותו הגדול של רביה"ק נ"ע יגן עלינו ועל מעכ"ק אדמו"ר שליט"א ממלא מקומו בקודש, ויקוים דברי נעים זמירות ישראל דהמע"ה ושמתי לעד זרעו וכסאו כימי שמים, ותחזינה עינינו בהרמת קרן התורה וישראל בביאת גוא"צ בב"א. ידידו דושהדרג"ק שליט"א ומברכו בחג פסח כשר ושמח בהכשר ויתרון ונזכה לעלות לציון ברנה בבנין בית הבחירה בב"א. המצפה לתשועת ה' הקרובה לבוא הכותב וחותם בידידות רב יצחק יעקב ווייס רב ואב"ד פעיה"ק ת"ו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 19:52 |
|
| |
לאנצוט,
דו בריוו איז פון דו עדה און נישט פון בעלזא, דו עדה האט צוריק געצויגען נישט בעלזא.
אדמיראל, א ישר כח פארן ארויף לייגען דו כתב ביטול ההסכם – יעצט קען יעדער זעין ווער עס האט דאס מבטל געווען. אויך דארף מען פארשטיין פארוואס זיי האבן עס מבטל געווען, און אויף דעם קען זיין 2 סיבות, - אזוי ווי זיי שרייבן, אז בעלזא האט עובר געווען אויפן הסכם.
- אז סאטמאר האט געלייגט גרויס פרעשור אויף דו עדה און דו עדה האט מחוסר ברירה געמיזט מכטל זיין.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, דו הסכם איז געחתמ'ט געווארען כ' שבט (ה' יתרו). דו בריוו פון דו עדה אז זיי זענען מבטל דו הסכם איז כ"ו שבט (ד' משפטים), קענסטי אפשר מיר מסביר זיין וואס האט בעלזא געקענט אזוי שנעל טיען אז מזאל קענען זאגען אז זיי האבן עובר געווען? האבן זיי אפשר געגעבן נאך א הכשר פאר א געשעפט און ירושלים? אפשר אן געיאגט צו מאכן אן "עצרת" "פראטעסט" אן דו רשות פון דו עדה? עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז א הסכם ואס מען איז מבטל בלויז אפאהר טעג נאכן חתימת ההסכם, איז געווען צוליב דו פרעשער פון סאטמאר. בפרט אז אויפן כתב ביטול שטטיט נישט וואס בעלזא האט עובר געווען. יעצט צום הסכם אליין, דו באהאלטענע סעיפים איז א בושה פאר עדה. סעיף ג. בת"ת של מחזיקי הדת בירושלים וכן בית החינוך לבנות בית מלכה בירושלים לא יקבלו כספים מתקציבי משרד החינוך דרך איזה צינור שהוא. בעלזא האט מסכים געווען נישט צו נעמען געלט פון "משרד החינוך" פאר זיינע מוסדות און ירושלים. "משרד החינוך נישט, אבער "משרד הדתות" און פון "חינוך העצמאי" יא, (עס שטייט נישט "לא יקבלו כספים מתקציבי "מהממשלה") דאס איז געשריבן געווארן כדי דו עדה זאל דאס קענען פארקויפן פאר סאטמאר אלץ א הישג. קוק אויף סעיף ה. און דו נספח להסכם שטייט קלאר "להאמור בסעיף ג. בהסכם אינו כולל כספים ממשרדים אחרים". דאס הייסט עכט חוזק געמאכט פון סאטמאר. סעיף ה. "השוחטים מטעם קהל מחזיקי הדת יועמדו גם תחת פיקוחם והשגחתם של ביד"ץ העדה, ואם רוצים יכולים למכור בחניות המיוחדות שלהם". סעיף ו' בנספח להסכם " להאמור בסעיף ה. בהסכם לא יהיה על החנות שלט של שום השגחה" דו סעיף איז כולו לה'? עס איז פלעין פאליטיק מיט "אני" איך וועל זיכר מאכן אז איר וועט נישט צושטערען מיין ביזנעס. סעיף ג, בנספח להסכם. " כאז כן עתה תנהל הביד"ץ של העדה החרדית כל המערכות הציבוריות דמתא שתתקיימנא בירושלים. און אידיש, "דו עדה וועט אנפירן אלא הפגנות און ירושלים און בעלזא וועט נישט אליין מאכן הפגנות", אויך כולו לה'?? זיי האבן מורה געהאט אז בעלזא וועט אליין מאכן הפגנות און דערנאך גיין שנארן און אמריקה אויף דעם און זיין זייער קטמפעטישען סעיף ט. בנספח להסכם, דער בירך משה ווערט אנגעריפן "גאב"ד סיגוט שליט"א – נישט סאטמאר, נישט גאב"ד ירושלים" יעצט זאג דו מיר ווער דארף זיך שעמען מיט דו באהאלטענע סעיפים?????????????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 01:19 |
|
| |
גראדע די געשריבענע הבהרה צעטל איז נישט אונטערגעשריבן, און איז די מערסטע אפענסיוו קעגן בעלזא. דער געשריבענער צעטל קוקט אויס ווי א פארשפיל אז בעלזא זאל זאגן ניין.
וואס זאגן איר דערצו דעם געשריבענעם צעטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 01:09 |
|
| |
אדמיראל, GOOD JOB
ידידי הרב קונצען שליט"א. איך פארשטיי שוין פארוואס מ'האט געמעקט.
איך פרעג נאר פארוואס האט בעלזא צוריקגעצויגן ביום כ"ו שבט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 00:30 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 00:30 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 00:29 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2012 00:28 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:52 |
|
| |
לאנצוט,
און סעיף "יא" פון דו הסכם שטייט "פרטי ההסכם והנספח הם סודיים בהחלט ולא יפרסמו באיזה צורה שהוא בלי רשות שני הצדדים" און ווי איך גלייב אז דו ווייסט איז בעלזא דו וואס לויפן נאך דו שלום (ווייל מיר האבן א הייליגען רבי וואס איז א אוהב שלום ורודף שלום) און בעלזא וועט נישט יעצט עובר זיין אויף א סעיף און די הסכם אן רשות פון דו אנדערע זייט. אדרבה אויב האלט איר אז וואס עס שטייט דארט וועט פוגע זיין און בעלזא, בעט ביי ענקערע גרויסע וואס האבן זיכער א קאפיע פונעם הסכם דאס ארויס צו געבען
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:42 |
|
| |
מיין הערות און רויט
| וואלןסח כתב: |  | קונצן, אויב דיין רבי האט ענק אויסגעלערנט אזוי צו רעדן האט ער איינמאל פארוואס איבערצובעטן ליידער האב איך מיך דאס אויסגעלערנט פון ענק (נאך יאהרן ליינען ענקערע צייטונגען) נישט פון מיי רבין און נישט פון בעלזא (ניין, און בעלזער צייטונג וועסטי נישט זעין דו אלע דברי בלע, שקר, ולשון הרע ועוד)
איך זע נישט וואס בעלזא האט צו באהאלטן אויב האבן זיי בריוון פון די א. ד. די אלע זענען שוין שוכני עפר, און איך זע ווען זיי האבן געוואלט עפעס ארויסגעבן ביי אודווארי האבן זיי ארויסגעגעבן אודווארי האט דו משפחה ארויס געגעבן און נישט בעלזא, און עס וועט נאך אי"ה ארויס קומען, ביזדערווייל ניצט אויס דו צייט צו רעדען פאר פייער און וואסער ר"מ בראנדסדארפער צו תו"א רבי וואלט געווען א גרעסערע באמבע ווי אודווארי
איך קום צו די מסקנא אז די אויסגעמעקטע האט מער מיט כבוד בית בעלזא, נא היט עס שטארק, זע עס אבער נישט צו פארשעמען מיט דיינע דברי דופי האלט אן מיט דיין מסקנה ביז ווען עס וועט ארויס קומען במלואה, און דיין מסקנה וועט בלייבן א הוה אמינא |
|
תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 23:42:56
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:28 |
|
| |
וואלן, איך טראכט אויך אז עס איז געמעקט עפעס וואס איז נישט גינסטיג פאר בעלזא.
הרב קונצן, ביזט מכובד צי צייגן אז נישט.
א דאנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:24 |
|
| |
קונצן, אויב דיין רבי האט ענק אויסגעלערנט אזוי צו רעדן האט ער איינמאל פארוואס איבערצובעטן
איך זע נישט וואס בעלזא האט צו באהאלטן אויב האבן זיי בריוון פון די א. ד. די אלע זענען שוין שוכני עפר, און איך זע ווען זיי האבן געוואלט עפעס ארויסגעבן ביי אודווארי האבן זיי ארויסגעגעבן ר"מ בראנדסדארפער צו תו"א רבי וואלט געווען א גרעסערע באמבע ווי אודווארי
איך קום צו די מסקנא אז די אויסגעמעקטע האט מער מיט כבוד בית בעלזא, נא היט עס שטארק, זע עס אבער נישט צו פארשעמען מיט דיינע דברי דופי
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:20 |
|
| |
האנדא און ארגינעלער,
אוך פארשטיי ענק זייער שטארק ווייל עס קוקט מיר אויס אז איר האט באקימען א סאטמארע חינוך.
* שרייבען און רעדען כל דבר אסור אויף אלע גדולי ישראל איז מותר (בעלזא, קלוזנבורג, וויזניץ, הרב אלישיב, און נאך פון דו היינטיגע גדולים ווי אויך דו אמאליגע). אבער דערציילן איבער אמת'א פאקטן פון התנהגות פון ענקערע רבי'ס טאר מען נישט.
עס איז דו צייט געקומען אויס צו שפייען דו אלע דברי כפירה וניאוץ וואס עטס האטס אלע יאהרן גערעדט און טיען נאך רעדען. אויב קימט איינעם חרם, זענט עטץ שוין לאנג דארט.
אז עטץ האטס נישט וואס צו ענטפרן, בעסער בלייב שטיל און מאך דיך נישט צו נער מיט דו אלטע סאטמערע קללות ווי "חרם" "פוי" "שייגץ ארויס".
און אויב האסטי יא וואס צו ענטפערען, אדרבה ענטפר צו דער זאך.
תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 23:22:00
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:06 |
|
| |
מנהל מען דארף חותם זיין קונצען
שייגץ ביזט אין חרם אזוי צי רעדן אויף א היילידען יוד ביסט טמא ומטא
די מיינסט אז בעלזער רב ווערט גרעסער אז די רעדסט אויף א קדוש אלקי ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 23:01 |
|
| |
הער קינצן זייט נישט ברויגז ח''ו,
רוב שרייבער און ליינער דא אויף דעם פורם זען און אייער ''דברי חכמה'' כפירה וניאוץ, האס און ווייטאג, און ליגענט און פאנטאזיעס, דברי דופי אויף שוכני עפר, לגלוג על דברי חכמים,
דעריבער זייט אזוי גוט, גייט אייך לחיים ולשלום צו אנדערע פורם דא אויפן פארק וואו מען קען רעדן און שרייבען לויט אייער השקפה און געדאנקען גאנג
אייערע ידיד וואס שעצט אייך
מר האנדא,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2012 22:55 |
|
| |
מיין הערות און רויט
| גערעכט כתב: |  | קונצן בעלזא האט זיך געפירט ממש מיט זיידענע הענטשיקעס, עס כאפט מיר א געלעכטער.
די טעראר קעגן דעם מנחת יצחק האט גארנישט געהאט מיט בעלז
דאס איז אויף געמאכטע סאטמארע מעשיות!!! טעראר הייסט דאס וואס עטס האט געטאן. די קלעפ יעדן צווייטן טאג, צו פאר הרה"ג ר' אברהם מרדכי ברייטשטיין זצ"ל, ר' יוסל שיינבערגער, ר' א.מ. שוורץ, דאס האט נישט מיט בעלז בכלל.
א.מ.ש. האט געכאפט (דורך יחידים), דו אנדערע נישט, הרה"ג ר' מענדל וועכטר און זילבער פון סיגעיט (וואס איז געשטאכן געווארן אויפען בריק ווייל מען האט געמיינט אז ער איז חיים שאלזאן) וואלטען זיך געווינטשען אזוי צו כאפן. דער הערשטער פורץ גדר אין ארה"ק, צו אנהייבן לערנען שפראכן - אזאך וואס איז א חרם חמור, איז געוועהן דער בעלזער. סתם שקר נוסח סאטמאר, בעלזא איז עד היום הזה דו איינציגסטע שולע פון דו אגודה פארטייען וואס מען לערענט און אידיש.
דער הערשטער - וויא אויך דער לעצטער, וואס האט פוער פיו געוועהן קעגן רבינו הק' איז געווהען דער בעלזער.
פוער פיו געווען האט דער "בעל דברי יואל" נישט נאר אנטקעגען כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל נאר קעגען רוב גדולי ישראל, און דער "בירך משה" נאלאגען ועוד.
דער בעלזער ביי דו באוויסטע שטייעדיגע תורה מוצאי שמחת תורה תשמ"ב, האט גערופען בפני קהל ועדה, זיינע צוהערער, אז מען דארף זעהן ארויס צו געבן א חיבור - און אפווענדן דעם הייליגן ספר ויואל משה. דער ויואל משה איז אפגעפרעגט ביי רוב יהדות הנאמנה און דו ספר געפינט זיך נישט און רוב חרדישע בתי מדרשות און דער וועלט.
און אזוי ווייטער.
בכלל דארף מען געדענקען, אז דער בעלזער, האט זיך אין די לעצטע דרייסיג יאר, אנגעיאגט צו צושלאגן מיט אלעמען, דער אנהייב מיט די אגודה, שפעטער מיט דגל התורה, נאכדעם האט ער זיך האפ געלאזט פון ביידן, און געגעאנגען צו ש"ס, שטענדיג זענען זיי געווען ידם בכל - ויד כל בם... געשלאגען??? האט אפשר בעלזא געווארפן פאשקעווילן אויף דו אלע? האט אפשר וואנדעלעזירט זייערע בתי מדרשים? האט דו בעלזא צייטונג געשריבן דברי בלע אויף זיי? האט בעלזא אפשר געווארפען אייער אויף זייערע רבי'ס (נוסח סאטמאר)?, האט אפשר בעלזר רב זיי אנגעריפן בשם "נאלאגען"?? בעלזא האט מחליט געווען אז עס לוינט זיך זיי בעסער צו גיין מיט אן אנדערע פארטיי און עז איז דו זכות פון בעלזא צו גיין מיט וועם זיי פארשטייען.
נאר וואס דען, ער דארף וויא עס ווייזט אויס א גרויסע רפואה אויך א סאטמערע שקר, און דער הויבערשטער זאל אים טאקע שיקן א רפואה שלימה, און ער האט געטוהן וואס א יעדער פשוט'ער יוד וואלט געטוהן פשוט'ער יוד יא, אבער דער בעל דברי יואל מיטן בירך משה נישט, און איבערגעבעטן בלב שלם ונפש חפצה, לאמיר האפן אז ער וועט אויך איבער בעטן ביים ציון פון מנחת יצחק.
ויהי רצון שבקשת מחילתו, וחזרתו בתשובה תתקבל.
תוקן על ידי גערעכט ב- 19/01/2012 21:50:07 |
|
תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 23:09:13
|
|
|
|
|