אזוי ווי זיי שרייבן, אז בעלזא האט עובר געווען אויפן הסכם.
אז סאטמאר האט געלייגט גרויס פרעשור אויף דו עדה און דו עדה האט מחוסר ברירה געמיזט מכטל זיין.
יעצט לאמיר מאכן א חשבון, דו הסכם איז געחתמ'ט געווארען כ' שבט (ה' יתרו). דו בריוו פון דו עדה אז זיי זענען מבטל דו הסכם איז כ"ו שבט (ד' משפטים), קענסטי אפשר מיר מסביר זיין וואס האט בעלזא געקענט אזוי שנעל טיען אז מזאל קענען זאגען אז זיי האבן עובר געווען? האבן זיי אפשר געגעבן נאך א הכשר פאר א געשעפט און ירושלים? אפשר אן געיאגט צו מאכן אן "עצרת" "פראטעסט" אן דו רשות פון דו עדה?
עס לייגט זיך מער אויפן שכל אז א הסכם ואס מען איז מבטל בלויז אפאהר טעג נאכן חתימת ההסכם, איז געווען צוליב דו פרעשער פון סאטמאר.
לאנצוט ווער נישט אזוי עקסייטעד. דער בריוו איז שוין לאנג צוריק נתפרסם געווארן, אומצענזורירט. איך וועל עס אפשר באלד ארויפשטעלן דא. אבער עכ"פ דער בעלזער האט ניטאמאל איינגעהאלטן איין סעיף פון דעם הסכם אז די עדה זאל אים עפעס שולדיג זיין.
א דאנק געלעכטער.
אין בין נייגעריג צו זעהן וואס ליגט אינטער די געמעקטע.
נשלח ב-19/1/2012 19:35
לאנצוט כתב:
למעשה זעה איך אז מ'האט עובר געווען אויף דעם הסכם און מ'האט עס ארויסגעגעבן, כאטש וואס עס שטייט אז עס מוז בהסכמת שני הצדדים.
איז מיין פארלאנג אזוי: אז מ'האט שוין סייווי עובר געווען אויף דעם סעיף, פארוואס גיט מען נישט ארויס די גאנצע "אומצענזורירט".
עפעס ליגט דארט באהאלטן וואס איין צד שעמט זיך שטארק.
נ.ב. לגבי דעם שלום צווישן די עדה און בעלזא, בין איך באמת געפלעפט און עס מיר אינטרעסאנט וויאזוי מ'האט דאס געהאלטן בסוד 32 יאר.
דו חלק וואס איז אויסגעמעקט קען פוגע זיין און דו עדה, און בעלזא זיכט יעצט נישט פוגע זו זיין און זיי.
אסאך זאכן האסטי נישט געוויסט ווייל פון ווי דו קימסט האט מען נישט געוואלט אז דו זאלסט וויסען, פון דו אנדערע זייט בעלזא האט נאך אסאך זאכן וואס איז נאך נישט ארויס געקומען, ווי צבש.
* דו בריוו פון כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל מיט זיין רצון זיך אפצוטיילען פון דו עדה בנוגע דו שחיטה. * דו בריוו פון הרה"ג ר' מאיר ברנדסדופר זצ"ל (וואס איז דאן געווען ראש כולל בבעלזא). * דו בריוון פון דו רבנים וואס האבען געשטיפט אדער געגבן פאר בעלזא דו היתר צו עפענען אן אייגענעם בית דין און שחיטה. * דו צענדליגער בריוון פון רבנים וואס האבען איבער געבעטען בעלזא אדער מכחיש געווען אויף זייער חתימה אויפען באקאנטע בריוו.
בעלזער רב האט זיך אלע מאהל געפירט מיט זיידענע הענטשקעס צו סאטמאר, און דו איין איינציגסטע דרשה וואס ער האט יא געזאגט איז געווען נאך 2 יאהר רדיפות פון סאטמאר, און מיט דעם אלעם איז דו דרשה געווען נישט פערזענליך אויפן דברי יואל נאר אויף דו שיטה און געווען אסאך איידעלער ווי דו אלע דרשות פון סאטמאר בימים ההם.
תוקן על ידי קונצען ב- 19/01/2012 19:36:52
נשלח ב-19/1/2012 19:23
לאנצוט ווער נישט אזוי עקסייטעד. דער בריוו איז שוין לאנג צוריק נתפרסם געווארן, אומצענזורירט. איך וועל עס אפשר באלד ארויפשטעלן דא. אבער עכ"פ דער בעלזער האט ניטאמאל איינגעהאלטן איין סעיף פון דעם הסכם אז די עדה זאל אים עפעס שולדיג זיין.
נשלח ב-19/1/2012 19:21
·דער "מנחת יצחק" - האט געוואלט שלום.
·דו עדה החרדית – האבן געוואלט שלום
·אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל – האט געשטיפט דעם שלום.
·דער גאב"ד מיט דו רבני ועסקני העדה – האבן געחתמעט אויפן הסכם שלום
נאר וואס??
און סאטמאר האט מען דאן נישט לאנג פארדעם אויף גענימן א נייעם רבין (ברך משה), וואס איז נישט געווען אנגענימען ביי א גרויסע טייל פון סאטמאר, און איינע פון דו טענות אויפן ברך משה איז געווען אז ער איז נישט קיין גרויסע קנאי, האבן זיינע מענטשן און חכמים אום מייעץ געווען אז ער זאל ארויס גיין מיט א שארפע קריג אנקעגען בעלזא מיטן הסכר אז ער טיט דאס פארן כבוד פינעם בעל דברי יואל, און אזוי וועט ער אריין שלעפען אז גאנץ סאטמאר וועט שטיין אינטער אום, ןןי אויך וועט ער קענען ווייזען אז ער איז יא א גרויסע קנאי.
לסיכום: אייגענע אינטערעסע – אנשטאט דו אינטערעסע פון כלל ישראל. לדאבונינו האט ער נעבעך נישט זוכה געווען איבער ציבעטען דו בעלזער קהילה בפרט אויף דעם וואס ער האט זיי אנגעריפן בשם "נאלאגען" וואס אסאך פון דו בעלזער חסידים זענען געווען עלטער און חשיבער פון אום.
נשלח ב-19/1/2012 19:20
דער מנחת יצחק באזיכט בעלזער רב שבט תש"מ - נאכן חתימת ההסכם - טרינקט לחיים "בעלזער וויין"
נשלח ב-19/1/2012 19:11