בית פורומים אידישע געדאנק

ק"ק בעלזא מכנובקא מיינונג וועגן די גרויסע נייעס פין די וואך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/1/2012 05:57 לינק ישיר 
ק"ק בעלזא מכנובקא מיינונג וועגן די גרויסע נייעס פין די וואך

קודם סארי פארן עפענען א נייער אשכול אבער איך האב באקומען אין אישית אז דער עולם וויל וויסן די שטעלונג יעצט פין ק"ק בעלזא מכנובקא וועל איך עס מסביר זיין ,

איך וועל שרייבן בקיצור עס זענען געווען עטליכע בערך 10 בעלזא חשובע אידען וואס זענען נישט געווען צופרידען פונעם נייעם מנהיג האט ער זיי גערודפט אין 5 פין זיי ארויסגעווארפן במשך פין 20 יאר איז עס געווארן א קבוצה פין בערך 100 אידען , פאר בערך 20 יאר צוריק האב זיך אלע בעלזא חסידים צוזאמענגענומען אין אויפגענומען א רבי וואס איז ראוי צי זיין א ממלא מקום לשלשלת הקודש א דערהובענע איידעלער איד וואס מען זעהט כמעט נישט אין דעם דור , יארן זענען געלאפען יעדעס יאר איז זיך עס מער געוואקסען בעלזא מכנובקא שטיבלעך זענען היינט דא אין כמעט א יעדער היימישע ישוב איבער די גאנצע וועלט , קע"ה באשטייט דער קהלה פין איבער טויזענט משפחות אין איבער 600 בחורים אין ישיבות , דער באן פארט שוין ב"ה אויף א שיינער אויסגעטרעטענער וועג , בעלזא לייגט שטארק פרעשור קיין איין בילד פין בעלזא מכנובקא אדער ארטיקעל זאל חלילה נישט ארויסקומען אז קיינער זאל נישט וויסן אבער דער אמת שווימט ארויף א יעדער חסידישער איד ווייסט אז פין א יעדע חסידות חוץ חב"ד אין גור איז דא צוויי , ק"ק בעלזא מכנובקא איז שוין געגאנגען לפנים משורת הדין אין צוגעגעבן א נאמען אין געבעטן עטליכע מאל אז זיי ווילן גיין אין דין תורה אין אויספאלגן סיי וועלכע פסק לגבי דעם נאמען אבער בעלזא וויל נישט קומען , לעת עתה איז נאר די מחלוקה געבליבן וואס די צייטונגען זאלן אנרופען אין היידפארק ....

יעצט בנוגע סאטמאר דער בעלזער איז א קליגער מענטש וואס האט געטוהן אסאך טעותים איידל גערעדט ,
דאס וואס ער האט גערעדט אויף סאטמאר רב ז"ל אין זיין בי"ד איז געווען סאטמארס פראבלעם אדער די עדה'ס בעלזא חסידים האט וויי געטוהן זיין ליצנות , זיינע מידות , טוישן נוסח התפלה , טשעפענען צובראכענע אידען , אדג.  איך גלייב שווער אז ווען ער ווערט רבי היינט וואלטן בעלזא חסידים אים בכלל איבערגעלאזט היינט טוט ער אסאך חסד אין איז שוין נישט מצער אידען אין מען הערט כמעט נישט פין אים, 35 יאר צוריק איז געווען א יעדען טאג א פרישער פרשה. עדה אין סאטמאר מילא, אבער אין בעלזא איז געווען  יעדן טאג פרישע פארווייטאגטע אידען , 

ק"ק בעלזא מכנובקא איז זייער צופרידען מיט זייער מנהיג . אין ישיבות .  א גרויסער חלק שידוכים איז צווישן זיך,  עס איז שוין פאראיבער 3 דורות , אין די לעצטע 20 יאר איז קיין איין בחור אדער אינגערמאן צוריקגעגאנגענגען (גראדע ביז 20 יאר צוריק האבן אלע יא צוריק געשיקט די קינדער) אבער יעצט איז אלעס שוין שיין מסודר אין גארנישט וועט זיך נישט טוישן , נאכמער איך זעה א שלום מיט ק"ק בעלזא מכנובקא געשעהן בקרוב , רוב עולם פין ביידע זייטן קערן שוין נישט אין האלטן נישט אז עס פעהלט נאך אויס די מחלוקא זאל אנגיין יעדער מאכט שוין שיין שבת פארזוך ,


איך ווי צולייגן לשבח בעלזא מכנובקא חסידים זענען זייער צופרידען פין די נייעס אין מען זעהט שוין פאר די לעצטע יאר אז זיי פרן זיך אויף אסאך בעסער אין טוהן שוין תשובה,
 אין ירושלים הענגט שוין 6 חדשים אויף די תלמוד תורה היכל אהרן דחסידי בעלזא מכנובקא א גרויסער סיין אין די זעלבע אויף אלע 3 בנינים פין די ישיבות אין בני ברק אין קיינער רייסט אין ברעכט שוין נישט 10 יאר צוריק האט אפאר נערישע פעפערס אין ירושלים פאר א הכנסת ס"ת געקאסט 5 אידען אין שפיטאל פאר חדשים אין צובראכענע הענט אין פיס באגלייט מיט 5 יאר טעראר, פאר 4 יאר צוריק האט זיך נאכגעגאסן בלוט ביים ציון הקדוש כ"א אב אבער לעצטע יאר איז אלעס געווען רואיג , נאכמער פאריאר איז כ"ק מרן שליט"א געווען אין אנטווערפן פאר שבת לכבוד דעם חנוכת הבית פין ביהמ"ד החדש אין הכנסת  ס"ת אין שבת זענען די בעלזא דיינים אין ראשי קהלה געקומען אין ביי די לעצטע שמחה בבית כ"ק מרן שליט"א איז זיין זוהן הרב  אהרן מרדכי געקומען אין באקומען גרויס כבוד אין חודש אדר מאכט כ"ק מרן שליט"א חתונה זיין יונגסטע טאכטער אין דער בעלזא רבי האט געזאגט אז ער וועט זיך משתתף זיין ביי די שמחה...




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/1/2012 07:13 לינק ישיר 

אלעס בלייבט ביים אלטן ....






אלעס בלייבט ביים אלטן ....





אלעס בלייבט ביים אלטן ....



אלעס בלייבט ביים אלטן ....





אלעס בלייבט ביים אלטן ....


אלעס בלייבט ביים אלטן ....

אלעס בלייבט ביים אלטן ....


אלעס בלייבט ביים אלטן ....


אלעס בלייבט ביים אלטן ....



אלעס בלייבט ביים אלטן ....








אלעס בלייבט ביים אלטן ....



אלעס בלייבט ביים אלטן ....


אלעס בלייבט ביים אלטן ...


. אלעס בלייבט ביים אלטן ...


אלעס בלייבט ביים אלטן ...




אלעס בלייבט ביים אלטן ...





אלעס בלייבט ביים אלטן ... אלעס בלייבט ביים אלטן ...



אלעס בלייבט ביים אלטן ....

אלעס בלייבט ביים אלטן ....






אלעס בלייבט ביים אלטן ....


אלעס בלייבט ביים אלטן ....









אלעס בלייבט ביים אלטן ....












דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ק"ק בעלזא מכנובקא מיינונג וועגן די גרויסע נייעס פין די וואך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext