בית פורומים אידישע געדאנק

"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2012 20:09 לינק ישיר 
"דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?

ווער עס טרעפט דא איין ווארט וואס איז "מרמז" אויף התקרבות אדער אויף שלום,
אדער עני אנדערע ווארט חוץ א טרוקענע נייעס באריכט,
(אפשר אפאר ציפעדיגע ווערטער אויף בעלזא) זאל עס ביטע אנדערליינען מיט א רויטע פעדער, און איר  קריגט תיכף א אייז-קאלטע פלעשל ביר...!
קען זיין איך בין צוריקגעשטאנען אבער איך זעה נאר דאס.
און נאכמער, אין די לעצטע צוויי יר צענדליג איז קיינמאל נישט אויסגעקומען אז דער איד זאל קענען שרייבן בפומבי אז דער בעלזער האט פוגע געווען אינ'ם רבי'ן, א זאך וואס שטייט יעצט יא....



תוקן על ידי סטראבערי ב- 22/01/2012 20:13:33





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/1/2012 20:26 לינק ישיר 

דו קענסט אוודאי די באקאנטע הלכה "לא שמעתי" אינו ראיה.
אז דיין מקורב האט נישט געהערט, איז לא מעלה  ולא מוריד. אפשר איז ער פערצופאל נישט דארט געווען דעמאלט.

ובפרט אז איך האב גערעדט צו מערערע וועלכע האבן יא געהערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 19:59 לינק ישיר 

איך האב גערעדט צו א מקורב לבית פשעווארסק און ער זאגט אז להד"ם, בין איך נייגעריג צו יענער ווייסט פשוט נישט, צו איז דאס סתם א היידפארק געבעקס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2012 19:53 לינק ישיר 

KJ
איך בין זיכער דערין, בלי צל ספק.

אויב דו ביסט באמת אינטרעסירט צו וויסן, קענסטו אנפרעגן ביי הרב ימבג"ר. ער האט עס איבערדערציילט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 19:49 לינק ישיר 

ביסטו זיכער אז אדמו"ר מפשעווארסק האט דאס געזאגט? ווי קען מען הערן די ווערטער פון אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2012 17:48 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
איין זאך זאלן ענק אלע וויסן אז די מחילה איז צו פארדאנקען דעס אז סאטמאר האט צוויי רביים,
ווייל ווען נישט וואלט שוין מהר"א שלום געמאכט לאנג פארן פיוס ומחילה,
און דאן וואלט די מחילה קיינמאל נישט פארגעקומען און עס וואלט נישט געווען קיין כבוד פאר'ן רבי'ן,


אמת און ריכטיג. ווען נישט הגרז"ל וואלט קיין פיוס זיכער נישט געווען.
איך בין מיט דיר 100% בדעה אחת יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 14:02 לינק ישיר 

איין זאך זאלן ענק אלע וויסן אז די מחילה איז צו פארדאנקען דעס אז סאטמאר האט צוויי רביים,
ווייל ווען נישט וואלט שוין מהר"א שלום געמאכט לאנג פארן פיוס ומחילה,
און דאן וואלט די מחילה קיינמאל נישט פארגעקומען און עס וואלט נישט געווען קיין כבוד פאר'ן רבי'ן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2012 03:17 לינק ישיר 

סך הכל. שיטת אהרונים בעלז האט 2 פראבלימען 1 בחירות נעמט געלט פון די מדינה 2 גערעדט מיט א זלזול קעגן רביה״ק און די שיטה הקדושה. ... שיטת רבני סאטמאר האט בעלז 4 פראבלימען 1 בחירות נעמט געלט 2 גערעדט אויף רביה״ק און די שיטה 3 מחלוקת מיט די עדה החרדית 4 שיטות לגבי פיסכאלאגען חינוך הטהור אין מונטריאול וידיאו אדער ביי די יעצטיגע מערכה אין ארץ הקודש ועוד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 23:03 לינק ישיר 

איך וועל איבערזאגן אין איין שורה:
אויב דער פיוס איז גוט פאר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ווייס איך קלאר, אז דער מהלך איז אויסגעהאלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 22:53 לינק ישיר 

מיט וויפיל סעיפים איז גור אנדערשט ?

און סייוויאזוי זענען די זאכן בכלל נישט אויפן טיש



הער אויס די דרשה פון הרב טעלער

וועל איך ווייניגער דארפן שרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 22:42 לינק ישיר 

לא המדרש עיקר אלא המעשה, יעדער טראכט אנדערש, די שאלה איז נאר די מסקנא היוצא מכל הענין,

די בעלזער איז אנדערש ווי גור מיט סלונים, ווייל ער איז א גרעסערע ציוני ווי אלע אנדערע כגון גור וסלאנים וכו'

א') ווייל ער האט אפגעטראטן פון זיין מסורת אבות לבית בעלזא.
ב) ווייל וואס אנדערע האבן זיך נישט דערוואגט, האט ער זיך יא דערוואגט צו טוהן,
כגון: אריינגעברענגט א פרעמדע חינוך אין כלל ישראל, פסיכאלאגיע, וואס האט היינט אן השפעה איבעראל,
און צווייטענס די טריפענע "הידברות" פון מקרב זיין רשעים, וואס אפי' די גרויסע אמנון יצחק המחזיר בתשובה איז זעהר בייז דערויף, און דריטענס דאס נעמען א חלק אינעם פאליציי אמט, וואס די עולם האט נישט קיין אהנוג וואס עס גייט פאר אין ארץ ישראל מיט די בעלזער, און וואס זיי דרייען אלס אן, 

בקיצור אלעמאל געווען און זענען אלס די נחשונים לרעה, ה"י מהם ומהמונם
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 20:14 לינק ישיר 

דאס גאנצע בזיון וואס ער האט געטאן קעגן רבי'ן איז נאר דאס מבזה זיין די שיטה. ער האט בכלל נישט גערעדט קעגן רבי'ן פערזענליך, מיט א דירעקטע בזיון אויפן רבי'ן. ווי למשל: ראובן איז א באם.,ראובן איז גנב, ראובן איז א שלעכטער און א שלעגער וכו'. ניין ער האט דאס נישט געטאן. ער האט נאר גערעדט בכלליות קעגן די שיטה.

ער האט נאר געמאכט ליצנות פון די שיטה (מיט'ן זאגן אז דער רבי בויט אויף א בני יששכר וכו'), און אויף דעם האט די גאנצע וועלט פארשטאנען אז ער האט מיט מבזה געווען דעם רבי'ן.

אלזא אויב האט ער מפייס געווען דעם רבי'ן זי"ע, איז דער פיוס מצד עצמו אויסגעהאלטן להלכה, און דאס זיין ווייטער א רעכטער ציוני איז פונקט ווי דאס ציונות פון גור און סלאנים.

און התקרבות אדער ווערן "גוטע פריינט" איז קיינמאל נישט געזאגט אדער געטראכט געווארן, ס'איז בלויז גענוצט געווארן אלס שטויס מיטל דורך די סיקריקים פראקציע.

און איך וועל ווידערהאלן אז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז דער גרעסטער מכריע אין דעם ענין, זייענדיג דער איינציגסטער לוחם קעגן בעלזא וואס איז נאך בין החיים אתנו, לאורך ימים ושנים.

אויב דער פיוס איז גוט פאר כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, ווייס איך קלאר, אז דער מהלך איז אויסגעהאלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 20:05 לינק ישיר 

דער מאנטריאלער דיין דערמאנט א מעשה וואס ברענגט ארויס אז מקען נישט איבערבעטן

מיט דעם מאכט ער אוועק די גאנצע פיוס

און די אלע זאכן אז ער טוט זאכן קעגן אונזער שיטה

אזא איינעם האט די רבי נישט געפירט קיין פערזענליכע מערכות



און אויב אין הקב"ה מקפח שיחה נאה

פארוואס גיט מען פונקט יעצט ארויס א בריוו מיט אלע חטאים

דאס איז דער שכר ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 19:53 לינק ישיר 

הרב לאנצוט.

קודם כל וועגן ר' משה מנחם קוק אינעם דרשה, [איך וועל עס יעצט ארויפלייגן] ער זאגט קלאר כהאי לישנא "די עצם זאך איז א דבר טוב אין הקב"ה מקפח שכר שיחה נאה, נו אז יענער טוט א דבר טוב געזונטערהייט"
צווייטענס די בעלזער האט דא געטוהן אן עוולה בנוגע דעם רבי'ן חוץ פון די עוולה פון רעדן קעגן די שיטה,
ווייל ער וואלט געקענט רעדן קעגן די שיטה אלגעמיין, אן צו טשעפענען סאטמאר פערזענליך אין די ספר ויואל משה
אשר ע"כ איז די חלק פון רעדן אויפן רבי'ן פערזענליך אויף דעם איז געווען די פיוס, אבער דעס וואס ער האט אונטערגעריסן די שיטה אויף דעם איז נישט שייך קיין פיוס

קענסט רואיג חולק זיין מיט מיר, ע' פנים לענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 17:54 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
די בעלזער האט געפירט א מערכה איבער אידישקייט, און גלייכצייטיג האט ער האט געוואלט ווייזן אז סאטמאר רב איז נישט אזוי גרויס, מ'דארף זיך נישט דעשרעקן פון אים, און אזוי ארום האט ער אפגעחוזק'ט מיט זלזול איבער'ן "שיטה" (עי' בדרשתו) און די ספר הק' ויואל משה.
איז אשר על כן לגבי די חלק וואס ער האט פוגע געווען פערזענליך דעם רבי'ן האט ר' משה מנחם אליינס געזאגט אז דאס איז א דבר טוב, אבער די חלק וואס ער האט גערעדט איבער'ן שיטה און קנאות מיט זלזול, האט גארנישט צום רבי'ן דאס האט מיטן רבוש"ע, און כל זמן די זאכן טוישן זיך נישט איז נישט שייך קיין מחילה כלפי דעם רבוש"ע.

 


שלום עליכם הרב וואזשע, וועלקאם.

ראשית, איך האב געהערט דעם שמועס פון רבי משה מנחם, און ער דערמאנט נישט אז עס דער פיוס איז א דבר טוב. ער רעדט נאר פון התקרבות.

שנית, דו רעדסט פון דעם חלק פון האקן אויף די שיטה הקדושה און דו טיילסט דאס אפ פון דעם עצם חוזק מאכן פון רבי'ן.

ביסט זיך סותר מיני' ובי'. ווייל מיט וואס האט ער חוזק געמאכט פון רבי'ן. האט ער דען גערעדט אויפ'ן רבי'ן פערזענליך? איך האב געהערט דעם שמועס דעמאלט און אויך געזען געשריבן. ער האט חוזק געמאכט פונעם רבי'ן מיט'ן אראפרייסן די שיטה.

אלזא, ביטע מעיק אפ יור מיינד:
אויב האט ער מפייס געווען דעם רבי'ן, מיינט דאס, דאס האקן אויף די שיטה. ווייל מיט דעם האט ער מבזה געווען דעם רבי'ן. ער האט נישט געזאגט אז דער רבי זי"ע איז א גנב, אדער דער רבי זי"ע איז עובר אויף עבירות אין די תורה. ער האט געמאכט ליצנות פון די שיטה הקדושה, זהו. פינטל,

איך וויל נישט ציטירן די דברי בלע וואס ער האט געזאגט. דער תמצית איז אז ער חוזק געמאכט פונעם רבי'ן דורך האקן אויף די שיטה, און אויב ער קען נישט מפייס זיין אויף דעם איז די גאנצע פיוס אויטאמאטיש אויס, ווייל דעם רבי'ן פערזענליך האט ער נישט ארונטערגעריסן, נאר די שיטה הקדושה.

יעצט צו אומזיסט, וואס פרעגט וועגן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א:
איך האב געהערט געהערט פון 3 באזונדערע מקורות נאמנים וועלכע זענען דערביי געווען.
אויסערדעם האב איך עס געהערט פון הרה"ח ר' ימבג"ר, וואס ווער עס קען אים, ווייסט אז ער נישט נחשד !

צו די אנדערע פראגע פון אומזיסט איבער די ליניע פון מרן הגה"ק בעל ברך משה:
דער ברך משה איז שוין בעלמא דקשוט און מ'קען היינט נישט וויסן קלאר וואס ער וואלט געהאלטן ווען דער שלום קומט אן בימיו. דאס זעט מען אז משה פרידמאן זיין גבאי האט אריינגעלייגט די פיוס אין דער איד און עס זייער פאזיטיוו געדעקט אלס די בעלזער האבן מקיים געווען די הלכה כמבואר בשו"ע.

איז אזוי:
אויב האלסטו אז משה פרידמאן איז נישט נאמן וואס דער ברך משה האט געהאלטן! איז דיין גאנצע קאמפאני באנקראט טשעפער 7. (נישט 11).
אויב ביסטו פון די וועלכע מאכן ליצי ליצנות פון ברך משה פון זיין התנהגות פון תש"מ ביז תש"ס, אלזא קענסטו מיך נישט פרעגן פון וואס די אנדערע שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט.
אויב האלסטו אז משה פרידמאן איז יא נאמן, ווייסט ער דאך אויך וואס דער ברך  משה "וואלט" געהאלטן היינט.

אנטשולדיגט פאר'ן מאריך זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2012 13:54 לינק ישיר 

די בעלזער האט געפירט א מערכה איבער אידישקייט, און גלייכצייטיג האט ער האט געוואלט ווייזן אז סאטמאר רב איז נישט אזוי גרויס, מ'דארף זיך נישט דעשרעקן פון אים, און אזוי ארום האט ער אפגעחוזק'ט מיט זלזול איבער'ן "שיטה" (עי' בדרשתו) און די ספר הק' ויואל משה.
איז אשר על כן לגבי די חלק וואס ער האט פוגע געווען פערזענליך דעם רבי'ן האט ר' משה מנחם אליינס געזאגט אז דאס איז א דבר טוב, אבער די חלק וואס ער האט גערעדט איבער'ן שיטה און קנאות מיט זלזול, האט גארנישט צום רבי'ן דאס האט מיטן רבוש"ע, און כל זמן די זאכן טוישן זיך נישט איז נישט שייך קיין מחילה כלפי דעם רבוש"ע.

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > "דער איד" ·ווי שטייט 1 ווארט וועגן שלום/התקרבות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext