פרישע געוואלטאטן דורך אתרא קדישא/סיקריקים - ב' בא
עס איז שווער צו האלטן אינפארמירט דעם עולם מיט אלע אקטיוויטעטן, ווייל איך האב נישט אזויפיל צייט, און נייעס איז דא יעדן איינציגן טאג.
איך האב שוין געהאט געשריבן א צייט צוריק וועגן "צומת גולני", וואו יד ארכילאגן האבן אויסגעגראבן צוויי קברים און געעפנט צוויי מערות, און די ועד למניעת חילול קברים איז אריינגעשפרינגען אין די ארבעט, און מען האט תיכף ארלעדיגט אז פון דא און ווייטער וועט אלעס געטוהן ווערן נאר לויט די הוראת הרבנים שליט"א, ובראשם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א - ראב"ד.
פון יענעם טאג האט זיך אנגעהויבן פראטעסטן טעגליך, וואו עס זענען יעדן טאג געקומען צווישן 5 און 10 מוחים, פון איינע פון די דריי כוללים: אהל שרה (נטורי קתרא), אהל רחל (זאלונים), און לובעצקי'ס כולל (לובעצקי איז א אהל שרה'ניק) - וועלכע צאלט כולל געלט פאר אינגעלייט וואס גייען מוחה זיין קעגן די מצילי קברים.
ב"ה, די ארבעט דארט איז שוין פארטיג, מען האט נישט צוגערירט קיין איין איינציגן קבר ב"ה!
אין איין אפל דארט ווען מען האט ארויסגעגראבן א אלטע מקוה, זענען גדי פראטעסיטירער/אתרא קדישא געלאפן צו בי"ד עדות זאגן אז זיי האבן געזעהן מיט די אייגענע אויגן היינט ווי מען גראבט ארויס א גאנצע "מערה"...
דער ראב"ד הטא אויפן פאלץ אנגערופן "זיין" משגיח, און אנגעפרעגט וואס דארט איז געווען, און איבערגעזאגט פארן גאנצן בי"ד, והיו המשוגעים ללעג ולקלס.
=====
אצינד אז דארט איז שוין פארטיג, שוין נישטא דארט קיין הצלת קברים אקטיוויטעטן אויף וואס צו פראטעסטירן..., זענען די חברה געכקומען צו א צווייט פלאץ.
די נייע פלאץ הייסט "צומת אשתואל", דארט גראבט מען פאר א וואסער פייפליין, די פירמע פלעגט אמאל נעמען אתרא קדישא און צאלן תבין ותקילין, היינט נעמען זיי א השגחה די ועד ב"ה.
אצינד קומען דארט טעגליך פאר פראטעסטן, און די ארבעט גייט ב"ה אן און די קברים ווערן ב"ה נישט בארירט. (דאס איז שוין ממש א פזמון..., די קברים זענען באהיטן און עס קומען פאר פראטעסטן..)
זעענדיג אז קיינער קימערט זיך ניטאמאל מיט זייערע פאלשע הייליגע פראטעסטן, און די קברים אקטיוויטעטן זענען פארמאל אריבער פון א באנדע טעראריסטן צו א גרופע מקדשי השם וועלכע רירן זיך נישט אן די רבנים, האבן זיי ווידער דוכגעפירט א סיקריקים אקציע קעגן די משגיח וואס איז ממונה אויף צומת אשתואל.
די נאכט האבן זיי אויסגעשאסן אלע פיר רעדער פון זיין קאר, לקדש שם שמים, און אזוי אויך אריינגעווארפן א שטינק באמבע אין זיין שטוב (מען זאל נישט געפריווט ווערן..), ווידעראמאל: לקדש שם שמים.
 |
|
|