"שיעורי תורה דסאטמאר" טעלעפאן ליין - מעכטיגן אפקלאנג
מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די נייעס, איבערן פארברייטונג אינעם "שיעורי תורה" טעלעפאן ליין
שע"י התאחדות אברכים דרבינו יואל מ'סאטמאר, ווי עס ווערט כסדר ארויפגעלייגט שיעורים ודרשות פון מגידי שיעורים
בבתי מדרשינו דקהלתינו הק'.
ווי אויך איז ארויפגעלייגט געווארן דברות קודש פון רבינו הקוה"ט זי"ע בימי השובבי"ם - און די שלש סעודות תורה פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א יעדע וואך מימי השובבי"ם, גלייכצייטיג קען מען הערן די דברות קודש פון רבינו שליט"א במאורעות שונות, הן די דרשה בענין העומד על הפרק ביים מסיבה להחזקת מוסדות "ויואל משה" קרית יואל מוצש"ק ויחי העעל"ט, און הן די דרשה בענין העומד על הפרק ביים מסיבה לטובת כולל יטב לב בירושלים בביתו נאוה קודש מוצש"ק שמות העעל"ט,
ווי אויך איז ארויפגעלייגט געווארן די דעת תורה פון הגאון הצדיק דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א, איבער די פרשה פון בעלזא.
שמעו ותחי נפשכם!
718-506-9054
אין "ארץ ישראל"
072-22-36-199
תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 00:57:32
תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 00:58:11
תוקן על ידי וואסזשע ב- 25/01/2012 01:00:42
נשלח ב-11/4/2012 23:00
will be tonight a hook up from the drushe??
נשלח ב-17/4/2012 01:25
נאך א פראעיקט נאך צומאכן סאטמאר
נשלח ב-17/4/2012 05:28
ס'איז שוין ארויפגעלייגט געווארן די דברות קודש - דברי פלפול ואגדה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים אסיפה כללית ג' דחוה"מ פסח בביהמ"ד הגדול אויף נומער 6
נאך א לענגערע דרוש בפלפול ואגדה איז רבינו שליט"א אריבער רעדן בדברים הצריכים חיזוק, צוערשט האט די רבי ארויסגעברענגט שבחם לטובה פון די אלע אידן וואס זענען געשטאנען גרייט לימינם פון די כוללים בני ירושלים, און זיי צוגעהאלפן בגוף ובממון, די רבי שליט"א האט ערווענט אז מ'האט זיך דערמיט איינגעקויקפט געוואלדיגע זכותים לקראת החג.
רבינו שליט"א האט עקסטער גערעדט איבער די כלי מכשירים און ליין מאטריאל וואס מ'נעמט אריין אין שטוב, און דאס איז מזיק אויף א שרעקליכן פארנעם.
נאכער האט רבינו שליט"א מעורר געווען איבער חינוך הבנים, דאס שייכות וואס א טאטע דארף האבן צו זיין קינד, און עקסטער די אינגלייט דארפן האבן א מורה דרך מיט וועם זיך דורכצורעדן, און עקסטער זיך באדאנקט פאר די התאחדות אברכים פארן אהערשטען אזעלכע שיעורי תורה.
די רבי שליט"א האט שטארק מעורר געווען איבער דאס ענין פון גיין מיט די פאלם שטרימפ וואס רבינו הק' זי"ע האט איינגעפירט און געפאדערט אז אונזער ציבור זאל גיין דערמיט, עקסטער האט רבינו שליט"א גערעדט איבער דאס וואס האט זיך איינגעריסן ביים היימישן ציבור צו גיין קורצע קליידער...
נשלח ב-17/4/2012 15:21
די זאליס האלטן אז עס איז דא 2 סאטמאר'ס, לשיטתם וואלטן זיי געדארפט שרייבן פון וועלכע רבי זיי רעדן, ווייל ביי מיר האט די רבי גערעדט יום ב' דחוה"מ, ווי אויך די נומער ווי מען קען הערן דעם רבין'ס דרשת איז 212-444-9899
נשלח ב-17/4/2012 16:11
מען זעהט בחוש אז די פאריגע תגובה איז געשריבן מיט קאפ און גאר טיפע פארשטאנד