די וואך אין דער איד האט בן פראדל ציגעפיקסט די דיינים אין נישט אריין געלייגט זייער בריוו
בן פראדל האט געטראכט פין מאכן אן הכחשה אזוי ווי ער פלעגט מיט דער בלאט פאר יארן לאנג
אבער דעם חכם הדורות בן פראדל איז קליגער פין יעדן אין מיאוס ציגעפיקסט די זאלי דיינים
יעצט העמיר זעהן ווי אזוי ס'וועט זיך ווייטער שפינען די גאלדענע פייט צווישן די זאלי באנדע
ווי אזוי דער רעכטער ראדיקאלער אברהם בער יאקאוויטש וועט ראגירן
אברהם בער האט געזאגט פאר יוחי מענדלאוויטש די וואך א אויב משה לייגט נישט אריין די בריוו פין די דיינים אין דער איד
קומט ער ארויס מיט א ניי צייטנונג
ס'קומט פרייעלכע צייטן אין כלל ישראל אטמעט אפ
נשלח ב-26/1/2012 19:10
די פייער ביי די זאליס האט ווידער גאר שטארק אויפגעפלאקערט.
די זאליס שעלטן היינט משה פראדל מיט טויטע קללות, פאר די שרעקליכע חוצפה און עזות וואס ער האט געטאן קעגן די זאלי דיינים בריש גלי, מיטן זיך אנפייפן אויף זייער בריוו, און עס נישט געלאזט אריין לייגן אין דער איד.
ווי אזוי זאגט מיר אז זאלי היינט:
יענטע בריוון יא דיינים בריוון ניין...!
יעדע יענטע און בחור'ל קען שרייבן א בריוו צו די איד מיט זייערע בויך ווייטאג און שטותים, און דער איד לייגט עס אריין, אבער דא קומען די סאמע גרעסטע זאליס דיינים, און שרייבן א בריוו צו דער איד מיט זייער פסק הלכה איבער בעלזא, און דער איד לייגט דאס נישט אריין, און פייפט אריין אויף די דיינים.
ווי אזוי איז געגאנגען די דשיגאן סלאגען: איצט קען יעדער דיין זאגן זיין דעת תורה אן א טעראר...!
נשלח ב-26/1/2012 19:28
צי דעת תורה איז העכער דעת בעל הבית האט מען געקענט זעהן פארגאנגענעם שמחת תורה , ווען מען האט געצווינגען דעם הייליגען חבר הביד''צ ר' ז''ל פילאפף בעל ''מיכל יופי'' ( אזוי ווערט ער געטיטלט היינט אין דער ''איד'') איבערצולאזן די אברכים זופניק שוהל און קומען טאנצן אויף די סטעידזשעס אין ראדני , וואו מען וועט קענען מיטל נאכט קישן\נישט קישן די צאנזער ספר תורה.
דער בעל מיכל יופי שליט''א האט געהאט די פרייהייט צו טאנצן אין ראדני.
נו, ווער זיגט דעת תורה אדער דעת בעל הבית?
נשלח ב-26/1/2012 19:33
מן הסתם טיטלט מען אים אין ''איד'' דער בעל ''מיכל יופי'' ווייל ער איז פון די חשובסטע תלמידים וחסידים פון כ''ק אדמו''ר ר' מיכל מיקלשבורג שליט''א.
אשרי לרבו שלמדו תורה.
נשלח ב-26/1/2012 19:47
עס קען זיין אז פון שמחת תורה קען מען נישט ברענגען א ראיה , וויל עס איז געווען א שעת חירום , להגדיל הפארטיי ולהקטין הבזיונות.
אבער דעת תורה האט ווייטער דאמענירט פון שמחת תורה ביז בן פראדעל'ס אריינפייפערע אינעם דעת תורה.
נשלח ב-26/1/2012 21:06
רבי יונה אז דו רעדסט פונעם ניקלישבוגער רבין שליט"א איז אינטערסאנט צוצולייגן וואס א איד פון מאנסי האט מיר פארציילט אז דער ניקלישבורגער רבי אים כמה פעמים געבעטן אלס תלמיד צו שטיין ווייט פון יעדע מחלוקה ובפרט נישט געבן זיין חתימה פאר מחלוקת אבער עס האט געהאלפן פונקט ווי די צוואה פון זיין גרויסן טאטען הגאון רבי יונה פילאפף זצ"ל לדעתי איז די סיבה פון זיין אויסברוך קעגן אבותיו ורבותיו ווייל ער געהער צו די וועלכע די אמונה מיינט דשיהאד פון טוען אייגענע איבערגעטריבענע אקציעס און ביי אמונה מאכט מען דאך נישט קיין פשרות נאר מען גייט דאך אפילו נגד השכל, וואו האט איינער געשריבן לעצטענס "מיר האבן טאקע אמונה פשוטה אן קיין פשרות מקען אבער נישט צולייגן סעיפים פון אמונות טפילות אין די אמונה" נו גיי לערן א תמים ברטנורה