בית פורומים אידישע געדאנק

א נחת! דער בלאט וויינט ביטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2012 18:21 לינק ישיר 
א נחת! דער בלאט וויינט ביטער

אין א מיואש'דיגע שריט האט דער בלאט'ס עדיטאריאל אויסגעשאסן א טוץ מיט קללות און וויינען געפערליך מיט קראקאדיל טרערן היתכן מען קען שוין נישט באקומען אין וויליאמסבורג די טריפה'נע עמי מאגאזין, אויסער נאכשרייבן שטיקער היידפארק פון א כלומר'שטע געשטיקעלטע אימעיל וואס מיט א אפאר קנעפלעך קען מען היינט טאן וואס מען וויל (עיין דזשואיש פרעס בילד פון ר' אהרן מיטן בעלזער) האבן זיי נישט פארגעסן איינצורעדן זייער קעלבלעך אז טראץ די ווארימע קול קורא אונטערגעשריבן דורך די סאטמארע דיינים אז מען טאר נישט האבן די צינוסטישע עמי מאגאזין שרייבן זיי אז די ליסטע פון די גראסעריס וואס איז פארשפרייט געווארן אלץ מפרסמין עושה מצוה דאס איז גאר פאלש און מען פארקויפט עס יא - טראץ וואס יעדער ווייסט און קען זיך אליין איבערצייגן אז אין וויליאמסבורג קען מען עס מער ב"ה נישט קויפן!. ווער עס קען ווערט געבעטן ארויפצושטעלן א קאפי אז די עולם זאל זיך קענען אינטערהאלטן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:05 לינק ישיר 

פריינדליך אין וועלכע גראסערי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 19:49 לינק ישיר 

די מליצה "שלח את עמי ויעבדוני" האט מיך געמאכט לאכן.

איך האלט אז ס'איז א ספעציעלע חכמה צו "שרייבן וויינענדיג און די ליינער זאלן לאכן"... דאס דארף מען קענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 15:13 לינק ישיר 

אינטערעסאנט. אין מיין גראסערי(א זאלי) פארקויפט מען עס נאך געהעריג(נישט אונטערן טיש) נייס טריי צו ספינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2012 10:53 לינק ישיר 

אינטערעסאנט. אין מיין גראסערי(א זאלי) פארקויפט מען עס נאך געהעריג(נישט אונטערן טיש) נייס טריי צו ספינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2012 16:58 לינק ישיר 

דער בעקער שמואל ווידער געט נישט אויף מיט זיינע דמיונות און לגיונות, ער מיינט ער בדחנ'ט דא ביי א חתונה ווי מען פארציילט באבע מעשיות אבי דער עולם זאל זיין העפי. קוקט ווי ער שרייבט אז "די גראסעריס האבן זיך מכלומרשט אונטערגענומען נישט עס צו פארקויפן". אין פאקט האט עס שוין יעדע איינציגע גראסערי ארויסגעווארפן וואס הייסט מכלומרשט ארויסגעווארפן?
 
די טענה אז נאר סאטמארע דיינים האבן אונטערגעשריבן (אוטש עס טוט וויי אז מען רעכנט זיך מיט א קול קורא וואס טאקע נאר סאטמארע דיינים שרייבן אונטער) וואס האט ער געוואלט? אז די בעלזא דיינים פה אנדערע קרייזן זאלן אונטערשרייבן? דא רעדט מען פון א מיאוסע ציוניסטישע מאגאזין מילא איז זייער פארשטענדליך אז די סאטמארע דיינים זאלן שטיין בראש פונעם מערכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2012 13:53 לינק ישיר 

טעיסט כתב:
דער בלאט'ס עדיטאריאל . ווער עס קען ווערט געבעטן ארויפצושטעלן א קאפי אז די עולם זאל זיך קענען אינטערהאלטן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2012 23:27 לינק ישיר 

פארשטייט זיך אז ס'איז פאליטיק, ווייל די אהרונים מוזן שטיצן דעם עמי וועלן זיי זאגן אויף רבנים וואס פסק'ן אויף שאלות פון כריתות אז ס'איז פאליטיק.
 
איך וואלט געוואלט זאלסט קודם ליינען די דרשה פון הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, וואס איז א גאר שטארק אנגענומענער דיין, וואס ער האט געזאגט ביי שלש סעודות פאריגע וואך קעגן "עמי", דערנאך וועל מיר רעדן צו דער עדיטאריעל אין בלאט איז פאליטיש צי דער קול קורא פון רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2012 22:26 לינק ישיר 

KOOTOINY
איך ווייס נישט אין וועלכע לעבט איר לעבט!

די סארט פאליטיק און ליצנות פון די אונטערשריפטן ביי קול קורא גייט שוין אן לאנגע יארן און איז קיין שום נייעס נישט,

איך האלט גראדע אז ער פארקויפט יא ווינציגער.

און צו געלעכטער:
איך האב ענדליך געלעזן דער בלאט און אויך זיין עדיטאריעל, ער שרייבט קיין שום נייעס נישט. בסך הכל זאגט ער אויך אז די קאמפיין קעגן עמי איז א נקמה אקציע פון UTA קעגן עמי איבער די פיקטשערס.

עפעס נייעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2012 21:29 לינק ישיר 

איך האב עס נעכטן ווי אייביג געזען ביי הצלחה גראסערי.

דער דיסטריביוטער (האט נישט גארנישט מיט קיינעם - פאר ווער ס׳קען אים..) זאגט מיר אז 6 גראסעריס אין גאנץ וומ״ס האבן אים געבעטן עס מער נישט צו ברענגן און צוויי פון די זעקס האבן אים געזאגט ער זאל צוריקקומען און א חודש (עד יעבור זעם) צו זען צו זיי ווילן עס צוריק אויף די שעלווס.

 

ער טענה׳ט אז זיי פארקויפן נישט קיין איין שטיקל ווייניגער (המממ.. דאס העמיר שוין מוזן ווארטן צו זען..) 

 


ער זאגט מיר אויך אז הרב פראנקפורט האט דריי חשוב׳ע רבנים וואס זענען די דעת תורה פונעם אויסגאבע און האבן דעם אויסשליסליכן לעצטע ווארט אויף וואס גייט און גייט נישט אריין אינעם אויסגאבע. הרב פראנקפורט האט זיי געוויזן דעם קול קורא און געפרעגט צו ער זאל עפעס טוישן אינעם אינהאלט, נאכן דורכטוהן זייערע ריסוירטש איבער דעם האבן זיי אים געזאגט אז די יעצטיגע מערכה איז לפי דעתם הויל פאליטיק און דערווייל זאל ער גארנישט טוישן - כאטש זיי שליסן דאס נישט אויס.

 מ׳ווערט אינגאנצן נישט קיין אפיקורס אויב מ׳גלייבט אים נישט אבער פאר סאם ריעזן איז געווען ניכרין דברי אמת און האט געקלינגען אמתדיג. 

 


איין זאך איז קלאר: פאליטיק האט געשפילט ״עפעס״ א ראלע אינעם קול קורא און איך בין גאר ווייניג מקנא די פאליטיקאנטן פארן אריינשלעפן די דיינים אין די שמוץ און דערביי געמאכט א חוכא וטלולא פון די רבנים און דיינים. 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 23:54 לינק ישיר 

א דאנק געלעכטער פאר'ן קלארשטעלן.

אגב טעיסט האט יא עפעס איינגעזען אז זיי וויינען. אבער איך האב דאך נישט געליינט, ממילא ווייס איך נישט גענוי פון וואס איר ביידע רעדט אקוראט.

כ'וועל לעזן מארגן אי"ה אויב כ'וועל דיר דערלעבן, און אז נישט, וועט זיין איבערמארגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 23:18 לינק ישיר 

דער בלאט לאכט נישט און וויינט נישט, ווייל ס'נישטא קיינער דארט מיט איי.קיו. צו טאן איינע פון די אויבנדערמאנטע.
 
קודם ליין דער בלאט, דערנאך וועל מיר ממשיך זיין דעם שמועס. דיינע טעאריעס זענען אמאל זיס געווען, היינט זענען זיי שוין לאנגווייליג און ס'מיר ליבערשט זיך מיט דיר אויף פאקטן ווי אויף טעאריעס.
 
אדאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 22:02 לינק ישיר 

הטרם תדע אז ווען עמיצער שרייבט אין היידפארק אז דער בלאט לאכט אדער דער בלאט וויינט, איז עס נישט מער ווי א אויסדרוקענעיש פון עמיצן עמאושנס, עס טראגט נול געוויכט.

איך האלט נישט אז דער בלאט נעמט זיך אן פאר עמי אדער לאכט פון די מישפאכע, איידער איך זעה א סקען.

איי איינער שרייבט דאך עפעס, מסתם דרוקט דער בלאט אויס דעם היפאכאנדריע און היפאקריטסווע אויף מישפאכע יא און עמי נישט, נאך אן איסור פון די אייגענע רבנים.


ביטע פארקויף נישט די לאקשן אז עמיצער ברוך שטיין האט געטראגן זיין מעשה צו די מישפאכע 4 וואכן צוריק און זיי געגעבן פיקטשערס פון כ"א כסלו. דו לייגסט זיך צונאר.

פינקט ווי דער איד איז נישט געווען קיין סתירה פאריגע וואך צו די קול קורא קעגן דער איד, איז דאס לייגן א באשרייבונג אין מישפאכע די וואך, אויך נישט קיין סתירה צו דעם איסור פון אייגענעם בית דין.

פורים המשולש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 21:47 לינק ישיר 

שעפעלע ליין דעם בלאט און נאכדעם קום מיט דיין געוואלדיגע טענה פארוואס ס'נאך נישטא קיין סקען דא.
 
יא, עמי וואשט דער בלאט און דער בלאט דעם עמי.
 
און וויפיל דו וועסט פרובירן צו מאכן א שידוך צווישן ר' ברוך שטייןס אונטערוויא אין מישפאכא מיט צד מהרי"י, צייגט דאס מער און מער ארויס ווי געענגט דו בוסט נעבעך אין קאפ. ענדערש זיי מודה אז דער בלאט מיטן עמי לעבן געקניפט און געבונדן, זיי האבן איין רבי'ן און איין סאטמאר, און פאר וועם עס שמעקט נישט זאל נישט קויפן נישט דער בלאט און נישט דעם עמי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 21:19 לינק ישיר 

אפשר גייט די גזירה שוה צוריק. ווי די גמרא זאגט אין זבחים, אין גזירה שוה למחצה.

כ"ק מהרי"י - משפחה - משפחה-כ"ק מהרי"י

לכאורה איז דאס גאנץ א גוטער שידוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2012 21:09 לינק ישיר 

קיקט אויס די לינקע וואשען זיך די הענט איינער פארען צווייטען, עמי בלאט בלאט עמי, שיינע שידוך !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א נחת! דער בלאט וויינט ביטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext