איך האב עס נעכטן ווי אייביג געזען ביי הצלחה גראסערי.
דער דיסטריביוטער (האט נישט גארנישט מיט קיינעם - פאר ווער ס׳קען אים..) זאגט מיר אז 6 גראסעריס אין גאנץ וומ״ס האבן אים געבעטן עס מער נישט צו ברענגן און צוויי פון די זעקס האבן אים געזאגט ער זאל צוריקקומען און א חודש (עד יעבור זעם) צו זען צו זיי ווילן עס צוריק אויף די שעלווס.
ער טענה׳ט אז זיי פארקויפן נישט קיין איין שטיקל ווייניגער (המממ.. דאס העמיר שוין מוזן ווארטן צו זען..)
ער זאגט מיר אויך אז הרב פראנקפורט האט דריי חשוב׳ע רבנים וואס זענען די דעת תורה פונעם אויסגאבע און האבן דעם אויסשליסליכן לעצטע ווארט אויף וואס גייט און גייט נישט אריין אינעם אויסגאבע. הרב פראנקפורט האט זיי געוויזן דעם קול קורא און געפרעגט צו ער זאל עפעס טוישן אינעם אינהאלט, נאכן דורכטוהן זייערע ריסוירטש איבער דעם האבן זיי אים געזאגט אז די יעצטיגע מערכה איז לפי דעתם הויל פאליטיק און דערווייל זאל ער גארנישט טוישן - כאטש זיי שליסן דאס נישט אויס.
מ׳ווערט אינגאנצן נישט קיין אפיקורס אויב מ׳גלייבט אים נישט אבער פאר סאם ריעזן איז געווען ניכרין דברי אמת און האט געקלינגען אמתדיג.
איין זאך איז קלאר: פאליטיק האט געשפילט ״עפעס״ א ראלע אינעם קול קורא און איך בין גאר ווייניג מקנא די פאליטיקאנטן פארן אריינשלעפן די דיינים אין די שמוץ און דערביי געמאכט א חוכא וטלולא פון די רבנים און דיינים.