גאב''ד ירושלים רופט פאפא רבי און נאך
כ''ק מרן גאב''ד ירושלים שליט''א האט היינט דאנערשטאג אנגערופן כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א און אים געבעטען בתחנונים אנצונעמען דעם פאקט אז אלעס וואס די ''משטרה'' אין מדינת ישראל טוט מיט'ן ארעסטירן און פייניגען די קנאים , מיינען זיי אים אליין, און דערפאר זאל דער פאפא רבי שליט''א מעורר זיין עדת צאן מרעיתו אז מען זאל זיך צושטעלן צו אלע מערכות וואס דאס יהדות החרדית אין ניו יארק נעמט אונטער, און אז ער אליין זאל זיך אויך משתתף זיין בגופו , נישט דורך די פאפא דיינים וכדומה.
כ''ק האדמורי''ם ממונקאטש און וויען שליט''א האבן אויך באקומען פון ירושלימער רב, אזא טעלעפאן רוף.
|
|