בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2012 19:14 לינק ישיר 
ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"

לויט ווי די שמועות גייען ארום האט די קרית יואל'ער רבי (פון ב"ב...) נעכטן געדרשנ'ט אז מ'זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל
נאר די וואס זענען תומכים ומסייעים אגאנץ יאר פאר די מוסדות, און אפי' די וואס זיי פארן יא זאלן נישט פארן "לארכה ולרחבה"
פון ארץ ישראל, ווייל....

נאר וואס יא, עס וועט פארקומען פאר די גבירים א ספעציעל'ן מסיבה אין "טבריה", און א מסיבה יובל ה.. (כ'דענק שוין נישט) אין "פתח תקוה", און שבת שקלים וועט זיין אין "בני ברק", און א קבלת פנים אין "ירושלים", - מ'האלט מיר שוין באלד ביים "לארכה ולרחבה" פון ארץ ישראל.

עכ"פ די עיקר איז: מ'זאל נישט פארן "לארכה ולרחבה", אבער עם האדמו"ר שאני.

לאנצוט! ענטפער מיר נישט "ביטע", איך האב נישט קיין צייט זיך מתווכח צו זיין
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2012 19:29 לינק ישיר 

יאפס.
איך בין מודה צו אייך.
עס מוז זיין אז עס מוז זיין אז ער זייער האט מורא צו פארן קיין ירושלים. איך קען נישט זעהן קיין אנדערע סיבה.

אגב הער איך אז ער האט מורא צו פארן קיין מירון. און מ'ווארט ביז מ'וועט קענען ברענגען א ריזיגע ארמיי אויף זונטאג, דעמאלט וועט די פחד אפשר אוועקגיין און ער וועט קענען פארן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2012 02:43 לינק ישיר 

איבעראל חוץ ירושלים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2012 02:26 לינק ישיר 

וואסשע.

דער שייגעץ וואס גייט צו א ציוני, איז אויך געפארן קיין טלזסטאון. דאס איז זיכער ערגער פון יהרוג ואל יעבור.

אין סביון האט ער געדאווענט שחרית.
אין בני ברק איז די חתונה
אין טלזסטאון איז ער געגאנגען וויזיטן זיין שוואגער.

העי, נאכנישט פארטיג. זונטאג פארט ער קיין מירון.
נאכדעם קיין צפת
נאכדעם קיין טבריה.
נאכדעם קיין לוד.

האלט דיר דעם אטעם ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2012 02:22 לינק ישיר 

מ'האלט שוין אזוי: א רוה ארט "סביון", בני ברק, פתח תקוה, א ווילה אין טלזטון....
האלט'ס ענק געשפאנט...

דערשרעקט'ס ענק נישט.. הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 19:20 לינק ישיר 

ער האט געדאווענט אין סביון, וואס איז א שטעטל גאר נאענט צום לופט פעלד.
הייסט דאס ביי דיר ארומגעפארן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 15:17 לינק ישיר 

בקיצור, ס'האט זיך שוין אנגעהויבן די מסע "לארכה ולרחבה"
דער דזשיגאן זיצט שוין היינט אין א געגנט "סביון" ערגעץ ווי אין ארץ ישראל ווי ער רועט זיך אפ פונעם וועג....אנשטאט אריינצופארען גלייך קיין בני ברק....

נאר זעט אויס אז די דרשה פאריגע וואך.. איז הא לן והא להו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 23:10 לינק ישיר 

דער וואסזשע קוקט אויס איז א קאזין מיט נייפעלעס שוואגער

יא יא וואסזשע, מען צאלט טיקעטס, יא יא, און פאר מלמדים גאר, ווייז מיר איין מלמד ואס פארט בכלל מיט

נאר וואס האב איך צו טענה'ן, נאך אזעלכע געבעקסן פון איבערקערענישן ביי לכה דודי זע איך שוין מיט וועם מען האנדלט דא

אגב וועלכע ניגון האט מען געזינגען ביי לכה דודי, אפשר קענסטו מיר זאגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 23:01 לינק ישיר 

לאנצוט!! האב איך דיר עפעס געבעטן ביים אנפאנג פונעם אשכול אז דו זאלסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך האב נישט קיין צייט זיך מתווכח צו זיין מיט "דיר",

האב מיר און בלייב מיר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:54 לינק ישיר 

וואסשע.

איך האב יעצט גערעדט צו דיין קאזין. ער זאגט מיר אז דו באקסט מעשיות אויף זיין קאנטע, און קיינער האט אים נישט באצאלט קיין טיקעט און פארט בכלל נישט.

נאך עפעס פון דיין קאזען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:51 לינק ישיר 

לויט ווי איך זעה ביזטו פון די ראשי העסקנים, אז איך זאג דיר א מציאות ווייס איך וואס איך רעד,

עכ"פ נאכאמאל, ווען ער מיינט עס ווען ערנסט, וואלט ער עס געדארפט זאגן א צוויי חדשים צוריק, בעפאר מ'באשטעלט די טיקעט'ס....

גרייט דיר צו די בילדער... פאר בחצרות סאטמאר, כל העולם כולו, העולם החרדי, עמי, א בליק וכו' 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 22:09 לינק ישיר 

וואסזשע:

קיין בני ברק טיילט מען נישט קיין טיקעטס פאר קיינעם ! קיינעם!
ס'איז אזוי אמת ווי "אלע בעלזער" זענען געקועמן צו דינער אין אנטווערפן. היידפארק נערישקייטן.

איך בין עס אויסגעוואקסן אין כתה ו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 21:50 לינק ישיר 

לאנצוט! להוי ידוע אז יא אויף מציאות דינג איך מיר נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 21:14 לינק ישיר 

ביידען כתב:
לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען אויף קול סאטמאר וויל דער דזשיגאן אז מען זאל יא מיטקומען
אין קול סאטמאר אפיציעל אדווערטייזט אז דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה מיטצופארן אין צווישן די שורות בעטן זיי זיך אין פארום פון א שנאר אקציע מיטצוקומען מיטן הגה''ק 
בכלל די איידיע אז איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי אין א כלומערשטע קנאי זאל אפיציעל בעטן תומכים מיטצופארן מיט אים אין עס נאך אנרופן א מצוה,  בשעת דער דברי יואל (כלשונכם) נאך וועם דער דזשיגאן פאררופט זיך אלס דער ממלא מקום, האט בשום אופן נישט געלאזט פארן זיינע חסידים צו די מדינה הטמיאה אפילו צו גאר נאנטע משפחה שמחות

טעלער וועט שוין אויפקומען מיט א פרישע ספין דעי וואך אין וועט זאגען גאר אז דער רבי האט געהייסן פארן קיין א''י 
ווער עס האט שוין אויסגעהערט דעם טעלער ווייסט וואס איך מיין  


איז דען נישט ר' ישראל זופניק זצ"ל געפארן ווען דער רבי האט געלעבט, ווייל ער האט געגעבן געלט בשעתו.
האלסט אז ר' ישראל זופניק האט "אנגעפיפן" דעם רבי'ן???

איך געדענק נישט ווען הרבנית אלטא פיגא איז געפארן קיין ארץ ישראל מיט "צענדליגער" פון אירע מענטשן?

נאר "הן לן והא להו"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:54 לינק ישיר 

וואסזשע כתב:
 לאנצוט א גוט מארגן!! האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן...

איך שרייב איבער פאר דיר נאכאמאל.
 
כ'האב א קאזין אן ארוני וואס איז איינגעשטעלט אין זייערע מוסדות, מ'האט אים באצאלט א טיקעט צו פארן קיין אר"י מיטן פמלי' של מ..., קיין געלט האט ער נישט, קען זיין ער פארט אויך זעהן די מוסדות [אפשר וועלן אים די בני ברק'ער מנהלים ומלמדים אים אויסלערנען צו זיין א בעסערע מלמד]

עכ"פ די עיקר איז ווי מ'זאגט: הא לן והא להו... פאר'ן גאס זאגט מען איין זאך, און בפועל טוט מען להיפוך...

די גרעסטער ראי' איז, אז ער שטעלט זיך אויף רעדן צוויי וואכן פארן פארן, אין דער צייט ווען רוב עולם האט שוין לאנג בעפאר
באשטעלט די טיקעט'ס, וואס האט ער געמיינט, די עולם וועט יעצט קענסעלן טיקעטס...


מצידי זאל ער ברענגען נאך הונדערטער אזאנע פערדן, אבער פארקויף מיר נישט קיין ליגענט'ס...




וואסשע:
איך האב האב הנאה אז דו האסט א קאזין אן ארוני, א ראשון בראשון אפשר, וואס גיט דיר ארויס אלע אינערליכע מטמוניות?
WOW.

אויב מ'גיט אים א טיקעט איז עס נישט קיין בני ברק, נאר "אפשר" א טיקעט צו פאר'ן אויפן קרית יואל באס.
ווייל "קיינער" באקומט נישט קיין טיקעט, אפילו נישט די קינדער פון רבי'ן. NO BODY. נאדא.

מאך נישט פון דיר קיין פורים. ווייל קיינער קריגט נישט קיין טיקעטס, נישט קיין מלמד און נישט קיין מנהל און אפילו נישט קיין עסקן !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2012 20:41 לינק ישיר 

לויט ווי אזוי איך האב פארשטאנען אויף קול סאטמאר וויל דער דזשיגאן אז מען זאל יא מיטקומען
אין קול סאטמאר אפיציעל אדווערטייזט אז דער רבי האט געזאגט אז עס איז א מצוה מיטצופארן אין צווישן די שורות בעטן זיי זיך אין פארום פון א שנאר אקציע מיטצוקומען מיטן הגה''ק 
בכלל די איידיע אז איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי אין א כלומערשטע קנאי זאל אפיציעל בעטן תומכים מיטצופארן מיט אים אין עס נאך אנרופן א מצוה,  בשעת דער דברי יואל (כלשונכם) נאך וועם דער דזשיגאן פאררופט זיך אלס דער ממלא מקום, האט בשום אופן נישט געלאזט פארן זיינע חסידים צו די מדינה הטמיאה אפילו צו גאר נאנטע משפחה שמחות

טעלער וועט שוין אויפקומען מיט א פרישע ספין דעי וואך אין וועט זאגען גאר אז דער רבי האט געהייסן פארן קיין א''י 
ווער עס האט שוין אויסגעהערט דעם טעלער ווייסט וואס איך מיין  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן פראקלאמירט "מסע לארכה ולרחבה"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext