בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מיאוס דורכגעפאלן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2012 21:22 לינק ישיר 
ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מיאוס דורכגעפאלן!

יעצט קומט ב"ה די בשורה טובה אז נאך די עטליכע פרואוון פון די אהרונים צו פארכאפן די קעמפס פון הנהלת מחנה רב טוב, איז דאס היינט קאלאסאל דורכגעפאלן ווען דער העלט דפט. האט געמאלדן אז זיי וועלן געבן די פערמיטן פאר די ארגינעלע בעלי בתים וועם זיי פלעגן דאס געבן ביז היינט!

העברת פי השם והוא לא תצלח!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2012 05:49 לינק ישיר 

נפל, זיי נישט ברוגז, אבער דו האסט אלעס געענטפערט, חוץ אויף וואס איך האב געפרעגט.. דוק ותשכח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 01:30 לינק ישיר 

איך האב גערופן א נאנטער וואס ארבעט פאר די קעמפ'ס און ער האט מיר געזאגט אז ער האט היינט גערופן אין אפיס. די אפיס גייט אן אין פולן שוואנג, מען האט היינט געפאקט און אדרעסירט רוב אפליקעשאנס, עס גייט מארגן אריין אין פאסט אפיס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2012 01:01 לינק ישיר 

עס איז שוין אסרו חג, ווער ס'געדענקט איז ר' יודל ראזנבערג ע"ה געשטאנען ערב פסח אין מצה בעקעריי, אסרו חג פסח אין קעמפ אפיס. אצינד אז ס'איז שוין אסרו חג, צו ווייסט איינער וואס ס'איז די פלאן מיט די קעמפס? איז דא א רעדע פון עפענען די קעמפס? איז דא א פלאן פון גיין ערגעץ אנדערש? אדער גאר בלייבן אין שטאט?
ביטע! נאר שרייבן אויב איר ווייסט, נישט קיין שפעקולאציעס.
ייש"כ למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 22:45 לינק ישיר 

סיקריק לאנצוט איך זעה אז יעדן טאג אין דער פאר שעה ארבעטסטו אויף היידפארק,
גיי אן מיט א פרישקייט, ס'איז ממנהגי סיקריקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 22:19 לינק ישיר 

איך גלייב שווער אז דאס וועט פירן צו ממשות'דיגע זאכן אז מ'זאל זיך אראפזעצן פארהאנדלען.
דאס איז שוין מיטן גרעסטן עקסטרעמן מהלך אז די קעמפס בלייבן פארשלאסן.

איך האלט נישט אז ס'איז סוף פסוק, ס'וועט נאך זיין אפס און דאונס ווי א ראלער-קאוסטער, און מ'וועט מוזן אויסווארפן, אבער דעת לאנצוט: קיין שום ענדערונג וועט נישט זיין.

ענדערש וועלן אלע פיר קעמפס זיין פארשלאסן - ווי איידער זיך אראפצוזען פארהאנדלען. פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 20:25 לינק ישיר 

ס'קוקט נישט נישט אויס ווי ער נעמט דיין עדווייס, ס'ווער זיך צוטוישן ביי די מיטעלע זעכציג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 20:14 לינק ישיר 

סטראבערי,
חלילה, איך וויל נישט ער זאל זיך מישן.

די ארונים האלטן בשיטה אז צד מהרז"ל האט זיי בארויבט מיט הונדערטער מיליאנען, ממילא האבן זיי רעכט עפ"י אפצושטעלן צד מהרז"ל ביז ווילאנג מ'וועט זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש.

מיין אדווייס:
ר' אהרן זאל בעסער שטיין אין א זייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 19:40 לינק ישיר 

דער סבלן וואס האט געזאגט פאר זיינע בחורים
 
"ראה אנוכי, קוקטס אויף מיר = דער סבלן פון'ם יאר הונדערט"
 וועט זיכער לאזן די קינדערלעך ניצן די קעמפס צום לערנען...

במילא איז א שאד אפילו צו ספענדן לויער געלט.
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/3/2012 18:55 לינק ישיר 

אלסטער קאונטי האט היינט געשיקט נאך א בריוו צו ביידע צדדים באשטעטיגן אז זיי האלטן זיך ביי דאס זייעריגע אז זיי לאזן נישט עפענען די 4 קעמפס ביז די 2 צדדים גלייכן זיך נישט אויס צווישן זיך איבער בעלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2012 17:54 לינק ישיר 

עמיצער שיקט מיר אין אישית אז ס'איז דא נייעס איבער די קעמפס. קען איינער ביטע קאנפוירמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 18:37 לינק ישיר 

איך געב א דאנק פאר די העלדישע עסקנים, העוסקים בצרכי ציבור באמונה, ווי 
הרב משה דוד נידערמאן ואתו עמו כלומר אליו, הרב אברהם יעקב פריעדמאן.

וועלכע האבן ב"ה אויפגעטאן גרויסע זאכן מיט די קעמפס ווי  יעדער זעט דא.

סעלאפן טייערער,
איך בין נישט קיין דזשאני וואלקער פען. און איך האב קיינמאל נישט גערעדט פון קיין לחיים, און פארמיש די טעמע צוליב מאנגעל אין לאגישן ענטפער.


ביטע לאז די חשוב'ע עסקנים באקומען זייער ערליך פארדינטע הכרת הטוב. וחסל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 02:32 לינק ישיר 

ביי סאוט אכט שוהל איז אויך געווען עטליכע לחיים'ס, זעה נאר זאלסט נישט טרינקן צו סאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 01:59 לינק ישיר 

ניין.

איך האב נישט געטרונקען 2 וואכן צוריק.
איך האב געלאכט ווען איר האט געטרינקען פאריגע וואך.

און לאנצוט טרונקט נישט. איך געב בלויז אפ א שבח והודי' פאר'ן רבוש"ע אז מיר האבן אזא חשוב'ען עסקן ווי רבי משה דוד'ן.

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 01:54 לינק ישיר 

לאנצוט יעצט טרינק די לחיים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 01:06 לינק ישיר 

בשם אלע ארונים געבן מיר אפ א גרויסן דאנק פאר'ן גרויסן עסקן הרב ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, וועלכער האט ב"ה מצליח געווען און געהאלפן ביידע זייטן מיט די קעמפס.

ביטע ליינט דעם בריוו אנגעקומען היינט, מאנטאג יתרו תשע"ב.

נאכאמאל, א דאנק רבי משה דוד שליט"א, כה לחי.





דאס הייסט א אמת'ער עסקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: פרואוו פון כת הולכים בערכאות צו פארכאפן די קעמפס מיאוס דורכגעפאלן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext