|
|
| נשלח ב-29/3/2012 22:19 |
|
| |
איך גלייב שווער אז דאס וועט פירן צו ממשות'דיגע זאכן אז מ'זאל זיך אראפזעצן פארהאנדלען. דאס איז שוין מיטן גרעסטן עקסטרעמן מהלך אז די קעמפס בלייבן פארשלאסן.
איך האלט נישט אז ס'איז סוף פסוק, ס'וועט נאך זיין אפס און דאונס ווי א ראלער-קאוסטער, און מ'וועט מוזן אויסווארפן, אבער דעת לאנצוט: קיין שום ענדערונג וועט נישט זיין.
ענדערש וועלן אלע פיר קעמפס זיין פארשלאסן - ווי איידער זיך אראפצוזען פארהאנדלען. פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2012 22:45 |
|
| |
סיקריק לאנצוט איך זעה אז יעדן טאג אין דער פאר שעה ארבעטסטו אויף היידפארק, גיי אן מיט א פרישקייט, ס'איז ממנהגי סיקריקים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 01:01 |
|
| |
עס איז שוין אסרו חג, ווער ס'געדענקט איז ר' יודל ראזנבערג ע"ה געשטאנען ערב פסח אין מצה בעקעריי, אסרו חג פסח אין קעמפ אפיס. אצינד אז ס'איז שוין אסרו חג, צו ווייסט איינער וואס ס'איז די פלאן מיט די קעמפס? איז דא א רעדע פון עפענען די קעמפס? איז דא א פלאן פון גיין ערגעץ אנדערש? אדער גאר בלייבן אין שטאט? ביטע! נאר שרייבן אויב איר ווייסט, נישט קיין שפעקולאציעס. ייש"כ למפרע
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2012 01:30 |
|
| |
איך האב גערופן א נאנטער וואס ארבעט פאר די קעמפ'ס און ער האט מיר געזאגט אז ער האט היינט גערופן אין אפיס. די אפיס גייט אן אין פולן שוואנג, מען האט היינט געפאקט און אדרעסירט רוב אפליקעשאנס, עס גייט מארגן אריין אין פאסט אפיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2012 05:49 |
|
| |
נפל, זיי נישט ברוגז, אבער דו האסט אלעס געענטפערט, חוץ אויף וואס איך האב געפרעגט.. דוק ותשכח
|
|
|
|
|