בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: זאליס אריין אין קארט איבער 4 קעמפ פערמיט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2012 04:09 לינק ישיר 
ברעקינג: זאליס אריין אין קארט איבער 4 קעמפ פערמיט

די זאליס האבן היינט מאנטאג ווידער מייקר געווען שם אלילים, און מחלל שם שמים, ווען זיי זענען אריין אין קארט צו קענען באקומען א קעמפ פערמיט פאר אלע פיר קעמפס, 2 יונגעל קעמפ, 2 מיידל קעמפ, נאכדעם וואס די העלט דיפארמענט האט לעת עתה מודיע געווען אז היי יאר וועט קיינער נישט קענען באקומען קיין קעמפ פערמיטס, נאכדעם וואס די פסק פונעם קארט אוו אפילס האט קלאר באשטעטיגט אז קיין שום קארט קען זיך נישט אריין מישען אין קהל יטב לב דסאטמאר, נאר עס באלאנגט צו דין תורה.

די העלט דיפארמענט האט געזאגט אז זיי מעלדן דאס גענוג פרי - אפילו אין די איצטיגע חדשים קען מען בכלל נאך נישט באקומען קיין פערמיט - כדי אז די צדדים זאלן האבן גענוג צייט זיך אויסצושלאגען, די זאליס וואס ווילן בשום אין אופן נישט זיך שטעלן צו דין תורה, עס איז ביי זיי חזיר טרייף, זעהענדיג נאך אלע כוחות פון אלע זייטן, אז מען זאל זיי געבן היי יאר דעם פערמיט, האבן זיי היינט ווידער מחלל שם שמים געווען אין אריין אין קארט בלי שום היתר בי"ד.

פונקט היינט מאנטאג האבן די זאליס באקומען א בריוו פון די העלט דיפארמענט, צו יעקב כהנא וואס האט געבעטן אז זיי זאלן שיקן א קעמפ אפליקעשאן פאר דוד ראזענבערג, און אים לאזן אויספילן די אפליקעשאן, און ער איז זיכער אז ער וועט קענען אויפווייזן אינעם אפליקעשאן אז ער איז דער ריכטיגער פולקאמער בעל בית אין נישט די אהרונים, האט די העלט דיפארמענט צוריק געשריבן א בריוו, נאו פראבלעם איך שיק דיר א אפליקעשאן און פיל עס אויס ביז 10 טאג. און דערנאך וועלן זיי זעהן צו די זאליס קענען ווייזן בעלות.

די אהרונים האבן שוין פאר 4 וואכן צוריק באקומען דעם העלט אפליקעשאן און עס צוריק געשיקט, און די העלט דיפארמענט האט געשריבן א בריוו אז ווילאנג מען קען נישט אויפווייזן ווער עס איז דער ליגאלער בעל הבית פון קהל יטב לב דסאטמאר, קענען זיי נישט אפראווען קיין שום אפליקעשאן.

די זאליס וואס לעבן אויף חיי שעה, ובפרט אזא טאג ווי היינט ווען זיי זענען אריין אין קארט זעהענדיג אז זיי האבן פארלוירען די קעמפ בעלות, דארפן זיי דאך א תירוץ פאר די זאלי חלה דעקלעך, האבן זיי ארום געשיקט פון זייערע עמטליכע טעקסט צו אלע זאליס נישט מער און נישט ווייניגער SatmarHQ: The Health Dpt. Today issued the permit for us! Tnx to HuAsken R'Moshe Duvid Niederman

יא איר ליינט גוט וואס דא שטייט, די זאליס מעלדן אז זיי האבן היינט באקומען א פערמיט, און אין איין וועגס פיקסן זיי צו אברהם יעקב פריעדמאן און זענען מודיע פאר אלע זאליס אז... יישר כוח פאר משה דוד נידערמאן אז ער האט דאס ערלעדיגט און נישט פריעדמאן.

צו זאגן אז די זאליס האבן היינט באקומען א פערמיט איז גענוי ווי א אינגערמאן זאגט מיר היינט מיט א שמחה עס קומט זיך מיר א מזל טוב, און כאפ א טרינק לחיים...

וואס איז פרעג איך אים?

איך האב היינט באקומען סעקשאן 8 אין אראנטש קאנטי... וואס הייסט פרעגט איך אים? איך הער אז די גורל גייט הערשט זיין אין אפאר חדשים ארום?

זאגט ער מיר יא, די גורל גייט הערשט זיין אין אפאר חדשים ארום, אבער איך בין היינט אראפ אין אראנטש קאנטי אפיס, אין איך האב באקומען דעם אראנטש קאנטי סעקשאן 8 אפליקעשאן... און איך דארף עס צוריק שיקן ביז 10 טאג....

גענוי איז די זעלבע מיט די זאליס ביי די קעמפ היינט, זיי האבן באקומען א בריוו אז אזוי ווי די האסט געבעטען אן אפליקעשאן, דא האסטו עס, אין שיק עס צוריק ביז צען טאג - א פערמיט באקומט מען הערשט נאכדעם וואס די אפליקעשאן איז גוט אויסגעפילט, און עס איז אונטער געשריבען דורכן בעל הבית, אין די העלט דיפארמענט דארף אראפ קומען אין קעמפ, ווען די וואסער, סווימונג פול, וכו' איז שוין אפען.

פארקויפען די זאלי חלה דעקלעךפאר זייערע אייזלען, אז מיר האבן היינט באקומען א פערמיט...!

און די זאליס טאנצן דעם חיי שעה טאנץ, און זינגען בכל כוחם חסדי ה' און טרינקן לחיים...
 
עס דערמאנט ווען די זאליס האבן געהאנגען א ריזיגע סיין אין ראדני חסדי ה' כי לא תמנו נאך באראש'ס פסק, און זיי זענען געטאנצן אין די גאסן אז זיי האבן אלע געווינען, אין דער איד איז געוען ריזיגע העד ליינס אז די זאליס האבן געווינען פולקאמע בעלות.
 
דאס זעלבע האבן די זאליס געטאן ביי די נייע שול פאר יאר, ווען מען האט זיי ארויס געטארסקעט בשם ועין, און נעבעך געמאכט די סוכה אינדעראויסען אויף די גאס, ווייזן פאר יעדעם דעם חיי שעה אז זיי האבן יא געווינען...

האבן זיי ארום געשיקט א ברעקינג חיי שעה טעקסט, אז די זאליס האבן מעכטיג געווינען...! די בילדונג דיפארמענט לאזט ניצן די וואנט אויף ווילסאן פונעם נייעם שול אז עס זאל אנהאלטען עטליכע 4\2 פון די סוכה.... און די סוכה רירט אן די וואנט פון אינדעראויסן מיט עטליכע 4\2... די זאליס האבן געטאנצן און געטרינקען לחיים, אין ביזן היינטיגן טאג זענען זיי נאך אינדעראויסען, כאטשיג זיי מעגן קאנעקטן עטליכע 4\2 צו די ביהמ"ד וואנט....

אין דערווייל איז נאכן פסק פונעם קארט אוו אפילס אין אלבאני האבן די זאליס, יעדע קהל'ס זאך איבער וואס מען האט זיך געשלאגן מיאוס פארלוירען.

1) בית החיים דקהל יטב לב קרית יואל.

2) פערמיט פאר די נייע שול אויף ווילסאן.

3) די טרענספאר דיטס פון אלע 2 קעמפס.

יא חיי שעה איז אויך געלעבט...!

דער אמת איז אז דער קעמפ פערמיט פייט איז נאך א לאנגער, און לכאורה ביז 2 3 וואכן פארן זמן פונעם עפענוג פונעם קעמפ, וועט מען לכאורה נישט וויסן וואס עס וועט זיין, און פארשטייט זיך אז עס וועט זיין דערצווישען ירידה ועלי', די שאלה איז וואס עס וועט זיין די ענדע.


תוקן על ידי פאפיטעס ב- 31/01/2012 05:05:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 04:26 לינק ישיר 

1) עס איז נישט דא אזאך זאך אז מען זאל קענען האלטן אפען א קעמפ אן א פערמיט, גענוי ווי די פארשטייסט אז מען nyc ווען נישט לאזן בויען די נייע שול אן א פערמיט.

2) אן א פערמיט איז נישט דא קיין לאנטש פראגראם, וואס דאס אליין איז א שאדן פון 2 מיליאן דאלער.

3) סטאטוס-קווא איז קהל יטב לב ווייל די קעמפ ליגט אויף זייער נאמען סיי פאר יאר, און סיי איצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2012 22:08 לינק ישיר 

סקאט, ס'איז גאנץ רעאליסטיש גערעדט דיינע השערות, פונעם בריוו פון די העלט דעפארטמענט ליינט זיך אבער אז זיי זוכן זיך נישט צו מישן אין דעם סכסוך. ס'איז מער ניחא פארן העלט דעפארטמענט צו זאגן איך געב נישט קיין פערמיט פאר קיינעם ווי איידער צו זאגן דיר געב איך יא און דיר נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2012 20:51 לינק ישיר 

דער קעמפ עסק איז לכאורה די גרעסטע באמבע נייעס זייט די עצם אלבעני פסק, יעדער שטייט און וואונדערט זיך וואס דא גייט זיין, ווייל עס איז זייער מעגליך אז דא גייט זיך ברעכן די אייז און די זאליס וועלן זיין געצווינגען צו פארהאנדלען,

איך זאג: נישט אזוי שנעל,

די זאליס האבן נאך מאנעווערעס געבליבן וואס זיי קענען טאן, ס'נאך ווייט פון שאך מאט:

1. זיי קענען פארלאנגען פון אפעלאט זיי זאלן לייגן אויף האלט די דיד פסק, וואס האט אנולירט זייער טרענספער, ביז נאכן זומער אזוי אז זאל נישט זיין קיין שאדן פאר די סטאטוס-קווא פירער,

2. זיי קענען שרייבן צו די קאונטי אז זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען מיט די ארונים, אבער אויף די יאר איז עס נישט בכדי שיעשו ממילא זאלן זיי בלויז אויף דעם זומער געבן פערמיטס פאר די סטאטוס-קווא פירער,

3. אויך קענען זיי שרייבן צום קאונטי אז היות זיי אפילן די פסק זאל מען ביזן פסק געבן פערמיטס פאר די סטאטוס-קווא

4. ס'דא א יש אומרים אז די זאליס קענען עפענען די קעמפס, זאל זיין אויסגעהאלטן 101% מיט אלע לאגעלע סעיפטי פארשריפטן פון די לעצטע יארן, אבער אנע "נייע" פערמיט, און איינמאל די קינדער זענען דארט וועלן זיי נישט אפשפארן זיי העלן העכסטנס באקומען א קנס, און העלן געבן א פערמיט פאר ווער ס'זיצט דארט און אפיס, דהיינו זאליס
איבערהויפט קעמפס וואס לויפן שוין 40-50 יארן העלן זיי אוועק קוקן,
קען זיין ס'נארישקייטן און בלויז גאסן מעשיות, איך בין נישט באהאווענט און די געזעצין, אבער איך זעה א סברא דערין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2012 19:31 לינק ישיר 

אויב בלייבט עס טאקע אזוי, אז קיין איין צד וועט נישט באקומען קיין פערמיט אזוי ווי ביים נייעם בית המדרש, וועלן זיך די זאליס ברעכן און זיך אראפ זעצן פארהאנדלן, אדער וועט זייער לישקע ארויס קומען מיט א איסור גמור צו גיין פון היי יאר און ווייטער אין די קעטסקיל'ס ווייל די טריפה'נע קאסינאס זענען רח''ל באשטעטיגט געווארן? ווער ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2012 17:37 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט. טאמער ס'איז אזוי אז מ'ברויך אריינגעבען א ברייט געדעקטע סעיפטי פלאן, קען דען די צד מהר"א דאס באווייזען. האבן זיי דען צוטריט צו דעם פלאץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2012 01:30 לינק ישיר 

איך הער נישט אויף צו לאכן פון די נייע זאלי "חיי שעה" תירוץ, צו טרייסטן זייערע קינדער, אז וואס...?

ביידע וועלן באקומען א פערמיט...!

לעבן זיי אין כעלעם?

לאמיר מסביר זיין אין קורצען וואס מיינט א קעמפ פערמיט, א קעמפ פערמיט ערהאלט א סעפטי פלאן פונעם גאנצן קעמפ, ווער עס גייט עס פירן, מען דארף אריין געבן נעמען פון די מלמדים, איינגעשטעלטע, קעמפ דירעקטאר, העלט דירעקטאר, א פלאן טאמער עס איז דא א פייער, א פלאן פארן סווימונג פול, לייף גארדס, דאקטער, EMT, WSI, קעכער, אינשרענס, וויפיל קינדער, וואסער סעמפעלס, סוער פלאן, וויפיל קינדער עס איז דא אין קעמפ, וכו' וכו' וכו' עס איז א גאנצע בוק, און דאס ווערט איבער געקוקט מיט חקירות ודרישות.

יעצט מאכט דעם חשבון אליין צו מען קען האבן 2 פערמיטס.

עס איז גענוי ווי איינער זאל זאגן אז די city האט זיך מיישב געווען און האבן געמאלדען פאר ביידע, אז ביידע זאלן אריין געבן בלופרינטס פארן נייעם שול, און זיי גייען געבן פאר ביידע פערמיטס פארן נייעם שול...

און דאס איז אלעס שוין נאכדעם וואס פאריגע וואך האבן זיי געטאנצען אז זיי האבן שוין די פערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 23:44 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
חלה דעקלע די נויטיגע פערמיטן וועלען ביידע באקימען די חילק איז אז ענק קענען זיך אינטערווישען... מיט ענקער פערמיט אין מיר וועעלען קענען עפענען די קעמפס אזוי ווי אלע יארן ווייל מיר זענען אינווייניג ענקער פלאן וואס איז געווען אז מיר זאלען נישט קענען באקימען א פערמיט איז קלאר דארכגעפאלען 


א דאנק פאר דיין געשמאקע נביאות. עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט.
איין קליינע פראגע: האסטו פאריגע וואך אויך "נביאות" געזאגט אז "ביידע" גייען באקומען פערמיטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 23:41 לינק ישיר 

חלה דעקלע די נויטיגע פערמיטן וועלען ביידע באקימען די חילק איז אז ענק קענען זיך אינטערווישען... מיט ענקער פערמיט אין מיר וועעלען קענען עפענען די קעמפס אזוי ווי אלע יארן ווייל מיר זענען אינווייניג ענקער פלאן וואס איז געווען אז מיר זאלען נישט קענען באקימען א פערמיט איז קלאר דארכגעפאלען 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/2/2012 21:18 לינק ישיר 

אין קורצע שטריכן;
די 4 קעמפ'ס וועלכע צד מהרי"י האבן איבערגעשריבן פון קהל יטב לב צו א נייעם קארפארעישן מחנה רב טוב זענען בטל. ס'בלייבט אויפן נאמען פון קהל יטב לב.

סיי ר' דוד ראזענבערג (צד מהרי"י) און סיי ר' אהרן ווייס (צד מהר"א) האבן באקומען אן אפליקעישן פונעם העלט דעפארטמענט אז זיי קענען פארלאנגען א פערמיט צו עפענען די קעמפ'ס.

וויבאלד די קאורט האט גע'פסק'נט אז קהל יטב לב סיכסוך איז א רעליגיעזע אישו און די קאורט קען נישט דערין אריינרעדן, קען זיך אויך נישט די קאונטי אריינמישן אין דעם ענין. מיט האפפענונג אז די צדדים זאלן זיך אויסקומען צווישן זיך, בכדי זיי זאלן קענען באקומען די נויטיגע פערמיטן.

אין אנדערע ווערטער, דא שפילט זיך איבער דעם זעלבן שפיל ווי ביים נייעם ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ונזכה ונחיה ונראה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2012 00:21 לינק ישיר 

די נייע בריוו פון די העלט דיפארמענט.

די בריוו רעדט פאר זיך אליין, אבער ביי די זאליס איז א חיי שעה טאנץ אויך א געווינס...


2

3



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2012 20:20 לינק ישיר 

ברעקונג!!!

איצט קומט די נייעס, - איך האב עס נאך נישט 100 פארצענט קאנפערעמנט - אז די העלט דיפארמענט האט געשריבן די זעלבע בריוו וואס זיי האבן געשריבן צו די זאליס פאריגע וואך אז זיי קענען נעמען אן אפליקעשאן, דאס זעלבע בריוו האבן זיי היינט געשריבן צו קהל יטב לב דסאטמאר - אהרונים, אז די אהרונים קענען באקומען די קעמפ אפיליקעשאן.

ווי איך הער בעטן זיי אויך אינעם בריוו, אז ביידע צדדים זאלן זיך אידיש דורך קומען כדי עס זאל נישט שאטן פאר די קינדער.

מער פרטים וועט נאך פאלגן.

איצט קען יעדער נאכמאל זעהן די באגלייבקייט פון די זאליס, וואס האבן ארום געיובעלט און געטרינקען לחיים אז זיי האבן שוין די פערמיט אין די האנט!!

דעם זאלי "חיי שעה טאנץ" איז געווען גוט נישטמאהל פאר א גאנצע וואך...

דאס איז וואס זייער עמטליכע מעסטיש האט געשריבן
SatmarHQ: The Health Dpt. Today issued the permit for us! Tnx to HuAsken R'Moshe Duvid Niederman

לייגט אוועק די מעסיטש אין די ארכיוון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2012 21:29 לינק ישיר 

די באשרייבונג איבער די ניתוחי מתים מערכה האסטו נישט באקומען אין אימעיל, ווייל דאס האב איך אליינס געשריבן.



אגב, האסט פארפעלט צו ענטפערן אויף א פריערדיגע תגובה:

FiveBoro כתב:
דו אבער, ידידי היקר, דו האסט געעפנט נעכטן א אשכול און פראקלאמירט א "ברעיקינג ניוס" אז די זאלונים האבן ענדגילטיג געווינען / געראטעוועט / באראבעוועט די קעמפס.

האסט דעקונג?



תוקן על ידי FiveBoro ב- 31/01/2012 21:31:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2012 21:18 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל פונקט ווי דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2012 21:14 לינק ישיר 

אגב, געלעכטער, אז מיר רעדן שוין, וועל איך ווידמען איין תגובה שלא מן הענין:

דו האסט פריער געקאפי'ט א אשכול וואס איך האב געעפנט און געשריבן דאהי, און דו האסט עס געפעיסט אין די זאלונישע פארום.

מן הנימוס איז אין אזא פאל, צוצושרייבן א קרעדט פאר דעם וואס האט דאס מחבר געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2012 21:12 לינק ישיר 

אונזער פארקראכענע זאלי ברידער'ס לעבן נעבאך פון  א''ג געווינסן און געריכט, און פון די מלחמות וואס פלאקערען און סאטמאר,  א רחמניות אויף זיי נעבאך,

דאס דערביטערטקייט פון זיי פירט זיי נעבאך צו מאדנע אלוזיעס, און פאנטאזיעס, פאר ברענגט ארויס געלעכטער כוואליעס ביי אלע צושויער!

פארשטינקע זאליס:

עטס האסט גארנישט געווינען און קארט בנוגע די קעמפס:
און מען שלאגט זיך נישט ב''ה און סאטמאר, מיר זענען ב''ה פאראייניגט אונטער אונזער הייליגן רבי'ן ביז ער וועט אונז פירן א קעגן משיח צדקינו באנפין נהירין,

טרעפט'ס ענק א טרייסט אויף אנדערע אופנים, פאר ענקער אייגענע טובה,

בברכות רפ''ש והצלחה!

מר האדנא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: זאליס אריין אין קארט איבער 4 קעמפ פערמיט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext