בית פורומים כל העולם כולו

העפטיגע מערכה אפצושטעלן גזירה פון ניתוחי מתים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2012 19:10 לינק ישיר 
העפטיגע מערכה אפצושטעלן גזירה פון ניתוחי מתים

די וועלטס-באקאנטע 'נטרונא' ארגאניזאציע גייט אן - שוין א שטיק צייט - מיט פארשידענע אקטיוויטעטן אין א מערכה קעגן די גזירה פון "ניתוחי מתים", זינט עס איז אויפגעדעקט געווארן די שוידערליכע פאקט וואס איז געווען ביז היינט פארהוילן, אז אין אבו כביר ווערן ר"ל אויפגעהאלטן טויזנטער איברים פאר לאנגע יארן, וואס ווי באקאנט קען א נשמה נישט האבן קיין מנוחה אויף יענע וועלט ביז די גוף איז נישט באערדיגט, און די כופרים בה' וועלכע רייסן אויס די אמונה אין השארת הנפש, פראקטיצירן דאס פאקטיש דורכן האלטן איברים פון אידישע מתים אין פרידשידעיר רח"ל, ווי עס זאל ווען זיין איברים פון בהמות.

אין די טעג קומט נטרונא ארויס מיט א הייסע רוף צום גאנצן ציבור שלומי אמוני ישראל, אז כדי לבטל הגזירה זאל יעדער צולייגן א פלייצע, און שיקן אימעילס און רופן אויפן טעלעפאן צו דריי הויפטן אין אבו כביר, וואס זיי זענען די פארנטווארטליכע וועלכע ווילן זיך נישט בייגן צו באפרייען די טויזנטער מתי ישראל און זיי לאזן ברענגען לקבורה.

יעדער יחיד ווערט געבעטן צו נעמען די פאר מינוט, און זיך אננעמען פאר כבוד המתים, און פאר די אמונה בהשארת הנפש!

דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2012 00:35 לינק ישיר 

עס איז וויכטיג צו באמערקן
די הייליגע מוסד נטרונא האט דא אפגעהאלטן א מעכטיגע ניצחון
צו ראטווען די עצמות זאלען קענען קומען לקבירה
דורך תורה'דיגע אין אויסעהאלטענע שתדלנות
אן ניצן פראטעסטן פאר די ערשטע מיטל אן ניצן געוואלדאטן אא''וו
זיי האבען געהאט די ציהל פאר די אויגן אין נישט קיין נגיעות וכדומה

די סיקרוקים שלינגען דאס זייער שווער אראפ
עס ווייזט צום וויפילטען אז אויב מ'טוט תורה'דיג קומט מען אן
אין אז נישט קומט מען אן ווי די סקרוקים קומען אן (וואס לפי ידעתי האבען נאכנישט מצליח געווען ביי קיין שום מערכה)

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2012 20:27 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל

ר"ח אדר.

משנכנס אדר מרבין בשמחה

ניתוחי מתים

דאס יהדות החרדית בענטשט דעם היינטיגען טאג די ברכה פון ברוך הטוב והמטיב -הטוב והמטיב שניתנו לקבורה.

פון ארצינו הקדושה איז היינט אנגעקימען די פריידיגע קראנטע באריכטען אז נאך דעם לענגערען און פארצויגענעם מערכה וואס דאס אלוועלטליכע יהדות החרדית האט געפירט - אויפן פארלאנג פון נטרונא - להעביר את רוע הגזירה פון די גרויזאמע ניתוחי מתים אינעם אבו כביר אנטשטאלט, האבן זיך די ציוניסטישע אינסאנטצען און אחראים בדבר געבראכען צום אומגעהויערן דריק און פארעפענטליכט אז די העכער 8000 עצמות פון די מתי ישראל וועלן באפרייט ווערן און איבערגעגעבען ווערן אז ס'זאל קענען קומען לקבר ישראל כדת וכדין.

לויט ווי דער הויפט פון די געזונטהייט מיניסטער האט נעכטן איבערגעגעבן, וועט ער ביז דריי חדשים באפרייען אלע איברים אן אויסנאם, הפנים אז די רשעים קענען זיך שוין נישט ערלויבן צי צעגערען און שלעפן זייענדיג אינטער שטייגענדע מעכטיגע פרעשור פון אידן אומעטום.

בחסדי השם איז דער ברייט פארצווייגטער קאמפיין וואס איז אינטערגענימען געווארן דורך מוסד הק' נטרונא געקרוינט געוווארן מיט אזא געוואלדיגע הצלחה און מיר האבען בעזהשי"ת געקענט "טוהן און אויפטוהן". און בזכותו של אותו זקן רבינו הק' ועל דרכו הסלולה האט "נטרונא" געפירט די מערכה מיט די כללי המלחמה בהשכל ובדעת אויף אלע ערליי אופנים פון מלחמה און השתדלות בסתר ובגלוי וואס האט געפירט צי דעם אז דער וויי געשריי פון ערליכע אידן האט דערגרייכט די פארשטאפטע אויערען פון די מחללי המת דורך די טויזענטער טעלעפאן ריפן און אימעילס פון אלע עקן וועלט, און מחאות, אין קורצע צייט אפשניט, זענען זיי געצווינגען געווארן אויפציגעבן זייער רויב פון עצמות ישראל.

נטרונא וויל זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן געהאט א חלק, מיט סיי וועלכע עסקנות און מיט די פאקטישע שריט מיט קאלען און שיקען בריוו, אשריכם וואס איר האט געהאט א חלק אין די מצוה רבה מונע צי זיין דעם חרפה און מכשול פון ארצינו הקדושה.

טוויטער

אין די ראמען פונעם פירסום קידוש שם שמים קבל עמי הארץ האט נטרונא פריש געעפענט צוויי טוויטער גרופעס וואס וועט אי"ה משמיע זיין פאר די אלגעמיינע גאס מער רעגעלמעסיג דעם דע"ת.

לתועלת הענין ווילן מיר בעטן אז די וואס האבן סיי ווי צוטריט צו דעם זאלן זיך אנשליסן אין די גרופעס, וואס ווי פארשטענדליך ווי מער די מינויים פאר די גרופע וועט זיין, איז די השפעה פילפאכיג שטערקער קבל עולם ומלואו.

Please follow twitter@torahjews for English updates, and twitter@natruna for Yiddish updates.

וועבזייטל

אין ווייטער'דיגע אקטיוויטען, האט נטרונא פובליצירט אויף זייער וועב- זייטל עטליכע באלערענטע און וויכטיגע ארטיקלען בדברים העומדים על הפרק, וואס איז כדאי פאר ערפאררענע זאל צוהעלפן מיטן פירסום און פארשפרייטען בכל קצוי תבל.

די ברענעדיגע טעממע וועגן אטאקירען "איראן"

http://www.truetorahjews.org/issues/donotattack

די גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות

http://www.truetorahjews.org/issues/tallaw

ווי אויכעט האט נטרונא געאפלאויד צו דעם נייעם זייטל א שלל מיט אלטע און נייע ספרים, קונטרסים און גליונית, אקעגן ציונית והמסתעף , פון קדושים אשר בארץ המה, רביה"ק מסאטמאר, ביז היינטיגען טאג, ווי אויכעט אלע נאטיצען, בליצען, און לא בחיל פון נטרונא, דאס איז געאייגענט פאר אידן וואס זענען פארווארפען אין פארשידענע סטעיטס און ווייטע לענדער וואס האבן נישט קיין צוטריט צו דע אלע ספרים, נטרונא זעהט טאקע אין די טעג א אויפוואכענג פון שאלות ותשובות פון אידן מבקשי אמת ואמונה און די ערפארענע נטרונא שטאב איז העכסט פארנימען צי רעאגירען און ענטפערען להחיות בהם נפש כל חי.

http://www.truetorahjews.org/natruna

שבת שלום ומבורך

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2012 00:07 לינק ישיר 

מערכה קעגן די גזירה איומה פון ניתוחי מתים אנגעפירט דורך מוסד הקדוש נטרונא אריין אין אירע שטורעמישע פאזעס 

אין די טעג איז פארשפרייט געווארן אין די בתי מדרשים און אויף די בליץ פאסט, די פונקטליכע דעטאלן פון די נידריגע פארשוינען וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די שרעקליכע בזיון המת וואס ווערט אפגעטוהן אינעם אבו כביר אנשטאלט, וואו טויזנטער איברים ווערן רח"ל געהאלטן אין פרידשידעירס, און ווערן נישט געברענגט לקבר ישראל.

די מומרים לכל התורה כולה האבן ליידער נישט דאס מינדעסטע אמונה אין השארת הנפש, און זייענדיג איינגעשטעלט אין די מדינה של שמד וועלכע זוכט אויסצורייסן אט די אמונה, ווערט אונטער זייער אויפזיכט פראקטיצירט די גרעסטע און שאנדפולסטע כפירה בהשארת הנפש.

די מערכה גייט שוין באמת אן א לענגערע צייט אויף א שטילע פארנעם, מיט א אויסגעארבעטע מהלך וויאזוי צוצקומען צום ציהל בעז"ה, אז די ציוניטסישע אינסטאנצן זאלן זיך ברעכן און אפשוינען די טויזנטער אידישע מתים, און ענדיגן די פראקטיצירונג פון כפירה בהשארת הנפש וואס דאס רופט אויס.

צוערשט האבן די עסקנים אונטערגעשטעלט פארשידענע מיטלען וועלכע האבן געפירט אז אויך די פרייע גאס זאלן ווערן אויפגעשאקלט, נאכן געוואויר ווערן דורך פארשידענע אופנים אז זייערע אייגענע קרובים ווערן געהאלטן אן זייער וויסן פאר לאנגע יארן אויף א שאנדפולע פארנעם אין קעסטלעך, און זיי זאלן אויך פארלאנגען פון זייער זייט אז מען זאל ארויסגעבן די אברים לקבורה.

דער מהלך איז געווען וויכטיג ווען מען שטייט אין א מצב וואס די חרדישע חברי הכנסת האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל פאר זייערע אינטערעסן אינעם כנסת המינים, און עס איז געקומען צו א מצב אז די פרייע ציונים זוכן אלעס אין די וועלט צו ווייזן פאר די פרומע ציונים אז די פרייע זענען בעה"ב, א פאקט וואס שטערט למעשה נישט נאר פאר די אגעדיסטישע און ציוניסטישע חרדישע קרייזן, נאר אויך שלומי אמוני ישראל שטויסן זיך אן אין פיל מער פראבלעמען, ווען יעדע זאך וואס מען וויל נאר טוהן, שטייט קעגן דעם א קאכעדיגע פייער פון די פרייע פרעסע וועלכע האבן אין זייערע הענט די גאנצע פרייע המון עם וועלכע זענען אנגעהעצט אויף דעם חרדישן אידנטום בכלל, און פירן א ענדלאזע היציגע קאמפ קעגן יעדע זאך וואס קומט פונעם חרדישן לאגער.

אין ליכט פון דעם האבן די עסקנים פארשטאנען, אז דא וועט זיך מעגליך איבערשפילן די זעלבע שפיל, און ווי נאר מען וועט ארויסקומען מיט אונזער פארלאנג אז מען זאל באפרייען די מתים, וועט די פרייע גאס ארויסטאנצן דערקעגן, און דאס וועט ברענגען אז די רעגירונג וועט זיך מער קיינמאל נישט בייגן, דעריבער האט מען צוערשט פאר-ארבעט אז די שטורען זאל זיך אנהייבן אויך ביי די פרייע, דורך שרייבער און צייטונגען וועלכע האבן פשוט אויפגעדעקט די אומ-וויסנדע פאקט וואס עס שפילט זיך אפ אין אבו כביר, און עס איז ב"ה געלונגען אז עס האט זיך אנגעהויבן הערן פארלאנגען פון פילע פרייע משפחות וועלכע זענען חושד אז זייערע קרובים ליגן אויך דארט, און פארלאנגען מען זאל דאס באפרייען.

אצינד איז שוין דער טיר פון די פרייע פרעסע פארשלאסן פון צו קענען שטערן די מערכה, און עס איז געקומען די רייע אויפן יהדות החרדית צו טוהן די ריכטיגע שריט אויסצודרוקן אונזער פראטעסט קיגן די מעשי נבלה, און צו לייגן די מאקסימום פרעשור אויף די פאראנטווארטליכע זיי זאלן דערהערן די קלארע פארלאנג פונעם יהדות החרדית, וועלכע גלייבן אז די נשמות פון די מתים רוען נישט און ווארטן אויף די קבורה פון זייערע אברים, און מיר קענען נישט צולאזן אזא שרעקליכער פאסירונג זאל אדורכגיין רואיג פאר אונזערע אויגן.

ווי געזאגט האט זיך שוין אנגעהויבן די מערכה דאהי, אוטן די אימעיל אדרעסן און טעלעפאן נומערן זענען שוין פארשפרייט געווארן אין די מאסן, און דער ציבור רופט אריין מיט אונזער קאכעדיגער פארלאנג צו די מנוולי המתים רח"ל.

פאלגנד זענען די נעמען און טעלעפאן נומערן פון די דריי איינגעשטעלטע וועמען'ס טעלעפאנען עס ווערן אצינד פארפלייצט מיט רופן.

יהודה הִיס, דער הויפט פטולוג:

011-972-50-624-2747

מיכאל וִיגוּדְה, דער מנהל פון די געזעץ אפטיילונג איבער די אידישע מתים:

011-972-50-621-6657

עַנַת לִיהִי זַקלַר, די סעקרעטאר פון די פוטולוג אנשטאלט:

011-972-57-734-6869

בשם די עסקנים בעהט מען אז מען זאל נישט רעדן מיט א ווילדע אומאיידעלע שפראך, ווייל דאס וועט שעדיגן דעם ציהל, נאר מען זאל פארלאנגען רחמנות, פארלאנגען אז זיי זאלן רחמנות האבן אויף זיך אליינס און אויף די טויזנטער מתים, און מען זאל זיי אבער אויך קךארשטעלן אז דאס יהדות החרדית וועט נישט זיצן שטיל אויב וועט די ניוול המת חלילה ווייטער אנגיין, היה לא תהיה.

די ביזנעס לייט וועלכע האבן אימעיל, און ווילן באקומען אין זייער אימעיל א אויסגעשטעלטע נוסח און אזוי אויך די אימעיל אדרעסן פון די דערמאנטע מְנַוולֵי המת, זאלן אריינשיקן א פארלאנג צו די פאלגנדע אימעיל אדרעס:

[email protected]

כדי צו לייגן א דרוק אויף די פאראנטווארטליכע וועלכע האלטן אין זייער פוטולוג פרידשידעיר אריבער 8000 אידישע מתים מנותחים רח"ל, ביטע שיקן אימעיל'ס און אנרופן די פאלגנדע דריי איינגעשטעלטע, וועלכע ווילן זיך דערווייל נישט בייגן צו די פארלאנגען פונעם יהדות החרדית צו באפרייען אלע מתים לקבורת ישראל.

לתועלת הענין איז וויכטיג מען זאל אכט געבן, נישט צו רעדן/שרייבן מיט א ווילדע שפראך, וד"ל, ווייל דאס וועט אפעקטירן די קאמפיין און ברענגען פארקערטע רעזולטאטן חלילה. 

פרופ' יהודה היס 

פתולוג ראשי במכון

[email protected]

011-972-50-624-2747

Prof. Jehuda Hiss:

You, the pathologists at Abu Kabir Forensic Institute, have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!

Signing in protest,

________________________

ד"ר מיכאל ויגודה 

ראש המחלקה למשפט עברי במשרד המשפטים

011-972-50-621-6657

Dr. Michael Wigoda:

ענת ליהי זקלר 

דוברת אסף הרופא

[email protected]

011-972-57-734-6869 

Anat Lihi Zaklar:

The pathologists at Abu Kabir Forensic Institute have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!

Signing in protest,

________________________

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2012 20:30 לינק ישיר 

Ex.220 updated. - Include: Ongoing Maruche against Nituchai Meisim / Asife by Vaad Mishmeres Chomosaich in London to help EY Mosdos / Tfiles for 'Tzvi Ben Golde Leah' who have hard court hearing Thursday morning, after false Bilbel by Zionist Police

לויט ווי מהאט נעכטן געמאלדן אויף קול סאטמאר, האט נטרונא צוריק געהערט א קראנטע גרוס פון יהודה היס, דער הויפט פאטאלאגיסט, וואס האט זיך געלאזט הערן אז ער שטייט אויס גרויס פרעשור.

מען האט געבעטן אז דער ציבור זאל אנגיין מיט די מערכה און שיקן א אימעיל כאטש איינמאל א טאג, און ווער עס האט לאנג דיסטענס זאל רופן אויפן טעלעפאן.

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2012 22:39 לינק ישיר 

שמעתי אז עטליכע עסקנים זענען געוואויר געווארן דערפון, און מען האט געארבעט אויף פארשידענע פראנטן, צווישן זיי, אז דאס זאל אנקומען צוערשט צו די פרייע פרעסע.

אויף קול סאטמאר נעכטן האט מען באריכטעט מער פרטים און הסברים.

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2012 22:36 לינק ישיר 

פארוואס האט מען קיינמאל נישט געוויסט דערפון און וויאזוי איז מען יעצט געוואר געווארן?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2012 22:25 לינק ישיר 

Ex.220 updated - Heavy Maruche agaisnt Gezeiras Nitichai Meisim / Major KidishHashem made by 'Behush' /Speach from Eichler in Kneses Haminim

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/1/2012 19:12 לינק ישיר 

המערכה למען כבוד המתים

נגד מנתחי המתים רח"ל - הכופרים בהשארת הנפש

כדי צו לייגן א דרוק אויף די פאראנטווארטליכע וועלכע האלטן אין זייער פוטולוג פרידשידעיר אריבער 8000 אידישע מתים מנותחים רח"ל, ביטע שיקן אימעיל'ס און אנרופן די פאלגנדע דריי איינגעשטעלטע, וועלכע ווילן זיך דערווייל נישט בייגן צו די פארלאנגען פונעם יהדות החרדית צו באפרייען אלע מתים לקבורת ישראל.

לתועלת הענין איז וויכטיג מען זאל אכט געבן, נישט צו רעדן/שרייבן מיט א ווילדע שפראך, וד"ל, ווייל דאס וועט אפעקטירן די קאמפיין און ברענגען פארקערטע רעזולטאטן חלילה.

פרופ' יהודה היס

פתולוג ראשי במכון

[email protected]

011-972-50-624-2747

Prof. Jehuda Hiss:

You, the pathologists at Abu Kabir Forensic Institute, have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!

Signing in protest,          

________________________

ד"ר מיכאל ויגודה

ראש המחלקה למשפט עברי במשרד המשפטים

011-972-50-621-6657

Dr. Michael Wigoda:

You, the pathologists at Abu Kabir Forensic Institute, have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!

Signing in protest,

________________________

ענת ליהי זקלר

דוברת אסף הרופא

[email protected]

011-972-57-734-6869

Anat Lihi Zaklar:

The pathologists at Abu Kabir Forensic Institute have been caught storing 8,288 human body parts in jars for years. Jewish tradition teaches that the soul cannot rest in the World to Come as long as any part of the body remains unburied. Your storage of body parts is a crime that disgusts any person who has any feeling at all for the dignity and sanctity of the human body. World Jewry will not be silent until this offense is rectified. We demand that all parts be released for burial immediately!

Signing in protest,

________________________

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העפטיגע מערכה אפצושטעלן גזירה פון ניתוחי מתים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext