בית פורומים אידישע געדאנק

ברעקינג! ארונים געווינען סאוט 8 צום פערטן מאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2012 02:29 לינק ישיר 
ברעקינג! ארונים געווינען סאוט 8 צום פערטן מאל

די ארונים האבן יעצט געמאלדן אז זיי האבן שוין די שוהל אויף סאוט 8, דאסמאל איז עס צום פערטע מאל שוין (אויב נישט מער) צום ערשט מיט עטליכע יאר צוריק ווען די ריכטער האט זיי געהייסן גיין צו דין תורה דעמאלטס האבן זיי שוין געפייערט זיג. =געווינען !!!!
 

 
א שטיק צייט שפעטער ווען זיי האבן נישט געהאלטן ביים זיך שטעלן צום דין תורה האבן זיי אנערקענט אז די שוהל בלייבט ביי די זאליס, דאן האבן זיי אין איילעניש כדי צו הייבן די צובראכענע געמוטער ביי ארונים געשריבן אין בלאט און האטליין אז זיי האבן אפגעקויפט א לאט וואס איז גרויס 12 טויזענט סקווער פיס ווי זיי וועלן זיך בויען א אייגענע שוהל. = געווינען!!!
 

 
שוין דורך עטליכע יאר זינט זיי האבן געשלאסן [?] אויף יענע לאט, די לאט זיצט אזוי ליידיג עטליכע יאר אבער שוין ווייטער האבן די ארונים געווינען טאקע נאך די שרעקליכע שריפה ווען זיי האבן זיך געשוואוירן אז די זאליס האבן מער נישט די סאוט אכט שוהל, עס איז דורך 4 וואכן און די זאליס זענען שוין ב"ה געווען צוריק אינעם שוהל = געווינען!!!!
 

 
היינט האבן די ארונים שוין נאכאמאל -צום פערטן מאל- געווינען סאוט אכט, און צום צווייטען מאל אפגעקויפט די לאט אבער יעצט איז עס מיסטעריעז קלענער געווארן צו בלויז 10 טויזענט סקווער פיס, =געווינען!!!!!
 

 
יעצט דארף מען ווארטן צו זעהן ווען זיי גייען געווינען די פיפטע מאל....



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2012 03:10 לינק ישיר 

ווי זאגט יענער, ער האט געזעהן הענגן א השבת אבידה צעטל אין ביהמ"ד, זאגט ער, נע, דעס קען נישט זיין קיין אהרוני ווייל זיי פאלירן דאך קיינמאל נישט....

אן אלטע וויץ...


תוקן על ידי וואסזשע ב- 02/02/2012 03:10:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2012 05:19 לינק ישיר 

די לאט איז הינטער די טרויעריג בארימטע גרעטש בילדענג,

גייען די ארונים עס יעצט רופן "ארטיסטן שוהל"??...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעקינג! ארונים געווינען סאוט 8 צום פערטן מאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext