שארפע בריוו פון הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א קעגן העולם החרדי!
היינט איז ארויסגעקומען א גאר שארפער בריוו פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א וואו ער שרייבט אז היות אין דעם מאגאזין העולם החרדי איז אריינגעפאלן זאכן וואס עס איז אסור זיי צו זען, דעריבער זאל קיינער נישט קויפן דעם מאגאזין, און ווער עס האט שוין געקויפט זאל עס צוריקטראגן אין די געשעפטן.
אפשר איז שוין געקומען די צייט וואס די גאנצע וועלט וועט איינזען אז די אלע מאגאזינען זענען טריפה, און מ'וועט זיי גענצליך אויפהערן פארקויפן אין היימישע געשעפטן.
אויך מיר א חידוש. אנדעקט אמעריקע. לאנצוט איז א מנוול און נואף. אן אלטע מעשה. אז דער אהרן טייטלבוים וועמען דו האסט אזוי געפערליך רופסטו אן מיט די אלע נעמען, דארף איך זיך צעקראצן אז אויך איך הקטן והשפל באמת איז ביי דיר אפגעשטעפעלט אלס מנוול ונואף וכו' וכו'.
נשלח ב-8/2/2012 23:54
דאכט זיך אז דער רוח איז אין דיר וואס מוז וויסן יעדן דעטאל פון יעדעס שטיקל מנוולות.
נשלח ב-8/2/2012 22:07
סענעטאר כתב:
אינגערמאן, מיר באגעניגן זיך מיט דעם אז ס'דא א איסור פון אזא פראמינענטער רב און מיר זענען נישט נייגעריג וואס דער תוכן איז געווען. גיי מאך זיי מוחל שמוציג דעם אנדערן פארום מיט דיינע תמימות'דיגע קשיות, אדער גיי פרעג ר' אהרן ער האט אייביג ליב אריינצוגיין אין דעטאלן.
א מאדנע אויסברוך אויף א פראגע אויף וואס ספעציפיש האט געברענגט א ריקאל. און יעדע ענטפער מוז עפעס האבן מיט דעם רוח אהרן טייטלבוים וואס איז עפעס אריין אין דיר ווי א דיבוק, און קענסט זיך ליידער נישט ארויסזען דערפון.
איך האף אז עס זאל בקרוב ארויסגיין דורך דעם קליינע פינגער (הנקרא קאפ).
נשלח ב-8/2/2012 19:20
איך ווייס נישט איך האב עס נישט געזען.
נשלח ב-8/2/2012 19:18
אינגערמאן, מיר באגעניגן זיך מיט דעם אז ס'דא א איסור פון אזא פראמינענטער רב און מיר זענען נישט נייגעריג וואס דער תוכן איז געווען. גיי מאך זיי מוחל שמוציג דעם אנדערן פארום מיט דיינע תמימות'דיגע קשיות, אדער גיי פרעג ר' אהרן ער האט אייביג ליב אריינצוגיין אין דעטאלן.
נשלח ב-8/2/2012 19:14
סעלפאן. עפעס מוז זיין א מיספארשטענדעניש, און דיין קאנטער-אטאקעס איז נישט אין פלאץ.
איך האב דען ערגעץ געבעטן אז איינער זאל עס ארויפשטעלן? חלילה. איך האב געפרעגט וואס איז דער מדובר? וואס איז די רעדע, איז עס א בילד פון א פרוי, בילדער פון גוים, בילדער פון כנסת המינים, פון צלמים.