| נשלח ב-7/2/2012 18:41 |
|
| |
וואסשע.
מיט'ן זאגן דעקל האסטו בסך הכל געשאסן א קללה, ווי די שחורים ווען זיי ווערן גערעגט. אלזא קענסט ווייטער שעלטן, אבער געענטפערט האסטו נישט.
ווייל לאמיר פארשטיין:
כ"ק אדמו"ר מהרי"י האט געמאכט א תקנה קעגן די טריפה'נע מאגאזינען. זיין אייגענע UTA האט מען געכאפט מיט רויטע הענט (רעד הענדעד) ווי זיי שיקן פאר די טריפה'נע עמי בילדער וכו' א חודש צוריק.
און קוים עטליכע טעג דערויף לייגט מען אריין א באשרייבונג אין די טריפה'נע מישפאכע מאגאזין, ווי מ'הייבט די רעביסטע און די פארטיי.
פאר יאר פאר פסח, האט די מצה בעקעריי אפיציעל געמאכט א ריזיגע באשרייבונג אין די מישפאכע מאגאזין.
איז דאס נישט "פליפ שבפלאפ"?
און צום שלוס:
איז היינט דא עפעעס ווינציגער קליפס און ווידיא פון כ"ק אדמו"ר מהרי"י ווי 3 יאר צוריק?
אוודאי קיין ווידיא פון שמועסן ביי אים שטוב געט מען נישט אוודאי נישט ארויס. וד"ל וד"ל.
אבער אלערליי קליפס פון יעדע מסיבה קליינע און גרויסע, און וואו ער פארט און קומט איז דא יעדן שני וחמישי און צעשפרייט אומעטום, און דאס איז נישט פון עפעס א לעיקוואדער פאפאראצי, נאר פון היימישע "מכם ובכם".
יעצט געב איך דיר דאס ווארט, און שעלט מיר נאכאמאל מיט'ן דיין "לחש/קללה" דעקל - און איך האף צום בוכ"ע אז עס זאל חלילה נישט שאדן פאר קיין אידיש קינד. אמן.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 07/02/2012 18:51:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2012 20:50 |
|
| |
ווייטער ענטפער ער מיר ווי א ... (זאג דו אליינס) צום וויפלטן מאל, וואס פארשטייסטו נישט די גולם... די מציאות איז אז חסידים ווילן אלס האבן בילדער פון זייער'ס א רבי'ן אין די צייטונגען וכו', איז אשר ע"כ די אלע מעשות זענען זאכן וואס מ'האט געטוהן דא און דארטן, דאס איז איבעראל דא אבער איך רעד דא פון א זאך וואס שטייט שוין אפאר יאר (כמדומה), און ס'ווערט טעגליך ארומגעשיקט ווידא'ס בילדער, איז וואס ביזטו מיר מדמה הודו מיט קיש,
איך רעד נישט אזוי ווייט פון די בילדער, ווי פון די ווידיא'ס וואס ווערט דארט ארויפגעלייגט טעגליך, איז דען דאס נישט די זעלבע ווי די ווי די'ס די "כשר'ע", און אלעס אונטערן נאמען סאטמאר
און אין קול ואין עונה לדבר...
יעצט ענטפער מיר ווייטער בסוגיות החלה דעקלע"ך
|
|
|
|
|