א פייערליכע און פרייליכע שטימונג הערשט צווישן אנ"ש חסידי סאטמאר בארה"ק וועלכע גרייטן זיך בהתרגשות עילאה צו ענטפאנגען פני קדשו פון כ"ק הגה"צ מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א, וועלכער גרייט זיך לעלות לציון ברנה לרגל דער שמחת החתונה פון זיין חשוב'ן אייניקל, החתן תמים למעלות הי"ו, בן בנו הגה"צ רבי ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א, דומ"ץ קיט"ל סאטמאר העריסאן עוו., עב"ג הכלה החשובה בתש"ק שתחי', טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מקברניטי היהדות החרדית בארה"ק.
דאס יהדות החרדית הנאמנה דיירי ארץ הקודש, דער ישוב הישן בירושלים עיה"ק, און ספעציעל די סאטמארער עדה הקדושה איבער'ן גאנצן לאנד, געפינען זיך אין א געהויבענע אטמאספערע, אויסווארטנדיג אויף די געהויבענע מאמענטן צו זיין במחיצתו פונעם גרויסן גאון וגדול בישראל מרן הראב"ד שליט"א אין לויף פון די טעג וואס ער וועט וויילן בארה"ק.