בית פורומים אידישע געדאנק

דעם היסטארישן אינטערוויא מיטן הגה"ק, הרא"ט אין זיין גירסה דינקותא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/2/2012 17:44 לינק ישיר 

ר' אהרן האט אלע יארן געשיקט און געטשעפעט זיין טאטע ווייל ער האט אים נישט געגעבן די ראביסטעווע, און יעצט קומט איר זאגן אז די זאליס האבן אים גאר גערודפט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 18:13 לינק ישיר 

געשיקט וואו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 19:01 לינק ישיר 

לאנצוט!! ביזט אויפגעשטאנען....
האסט שוין געטראפן וואס צו פרעגן... אפשר ענטפערסטו צו ערשט אויף די פריערדיגע תגובות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 20:19 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
געשיקט וואו?
‎​
 
געשיקט זיינע בריונים אין בית המדרש איבערדרייען די תפילות און טישן פון זיין טאטן זצ"ל. געשיקט א גוי מיט א סובפינע צו זיין טאטן זצ"ל בשנת האחרון לחייו. דארפסט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 20:34 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
געשיקט וואו?
‎​
 
געשיקט זיינע בריונים אין בית המדרש איבערדרייען די תפילות און טישן פון זיין טאטן זצ"ל. געשיקט א גוי מיט א סובפינע צו זיין טאטן זצ"ל בשנת האחרון לחייו. דארפסט נאך?


זיי נישט ברוגז סעלפאן איך בין נישט קלאר אין די זאכן.
איך געדענק אז מ'האט איבערגעדרייט אבער דאס אז ער האט געשיקט, דארף מיין איך האב עפעס פרוף, כאטש עפעס.

פונקט אז דו וועסט מיך אנשרייען אז איך וועל זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האסט געהייסן ארעסטירן 10 בחורים פאר א קרוין.

איך פארשטיי אז דו קענסט זאגן איך דארף א באווייז און דו נישט. אבער פראביר כאטש צו ענטפערן עפעס מיט לאגיק אויסער סתם ווייל אזוי וויל איך.


אויך איבער די קאורט ווער איך אביסל צעמישט.
מ'האט גערופן דעם ברך משה אין קאורט מיט א סובפינע... וואס האט מען פארלאנגט פון אים???

עס קוקט אויס פון דיינע שורות אז דו קלערסט אז דו רעדסט צו 7 יעריגע קינדער און דו קענסט שיסן פאקטן פון די לבנה.
איך גלייב אז עס ארבעט נישט אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 22:22 לינק ישיר 

קוק צוריק דיינע אייגענע פאר שורות פאר דו נעמסט דיך ווייטער שרייבן לאנגע מגילות. דו שרייבסט אז עס איז א שאנדע פאר דעם זון וואס האט זיי יא (די רבנים ודיינים וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן מיט ר' אהרן טייטלבוים 25 יאר). איז נניח אז ר' אהרן האט זיי נישט געשיקט איבערדרייען דעם טיש און דאס דאווענען, בוסטו אבער מודה אז ס'איז א שאנדע פאר אים אז אט די מענטשן האט ער? ‎​
 
וועגן דעם סובפינע, וואס א נפק"מ וואס מ'האט פון אים פארלאנגט. לאמיר זאגן אז אין דעם סובפינע שטייט אז ר' אהרן טייטלבוים וויל געבן א מיליאן דאללער פארן טאטן און משה גבאי לאזט נישט. איז דאס שוין א היתר צו נעמען א אלטן טאטן און סערווירן מיט א סובפינע? כל שכן וכל שכן ווען דער סובפינע איז נאר געווען ווייל ר' אהרן האט באשלאסן אז פאר זיין פאליטיק מוז מען טוישן שטוב מענטשן פון א איד פון 90 יאר אלט, נאכדעם וואס זיי האבן אים 30 יאר געטריי באדינט, און האט גע'טענה'ט אז דער נואף ומסור ארי' לייב גלאנץ וועט בעסער טויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 22:50 לינק ישיר 

איך וועל גיין מיט דיר פון סטעפ אלף ביז תיו. אבער פאוואליע.

סטעפ 1.
ביסטו מודה אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געלאזט ארעסטירן 10 בחורים. יא אדער ניין.
אויב יא, ביטע געב מרי דעם היתר דערפאר.

אויב זאגסטו אז נישט, היתכן ער דרייט זיך מיט אט די מענטשן.


סטעפ 2 איבער די סופבינע.
וואס מיינט סערווירן א סובפינע פאר א טאטן... איינער האט עפעס פארלאנגט פונעם רבי'ן.
דער רבי האט בכלל געדארפט אראפקומען אין קאורט?

מאכסט איינעם צונאר אפשר אדער די פרובירסט צו שפילן גולם?

די סובפינע האט משה גבאי אויפגעשפילט מיט שלום יוסף דייטש, כדי צו מאכן א העדליין אין דער איד. דעטס איט בלע"ז.

מ'האט געוואלט אז די קאורט זאל אריינלייגן א מענטש ביים רבי'ן, ווייל די שטוב מענטשן טעראריזירן די קינדער און אייניקלעך. וואס איז דער פראבלעם דערמיט?

דו זאגסט אז זיי האבן אים געטריי באדינט. אקעי.
איך מוז דאך נישט האלטן אזוי ווי דו. און אז איך האלט אז מ'האט אים געמאכט ללעג ולקלס און אים מבזה געווען לעיני כל העולם, קענסטו מיר נישט זאגן: שב ואל תעשה !


סטעפ דריי.
ווען פונקטליך איז ארי' לייב גלאנץ געווארן א מסור און א נואף, ווען ער איז ארויס פון UTA אדער ווען ער איז נאך דארט געווען און האט נאך געדינט די אינטערעסן פון משה פריעדמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 23:05 לינק ישיר 

אויב נעם מיר אן אז יש שליח לדבר עבירה, און די צען בחורים ארעסטירט גייט כביכול אויף ר' זלמן לייב'ס קרעדיט, בוסטו אויף גרויסע צרות ווייל אויף דעם ר' אהרן'ס פיקל איז דעמאלס דא בערג מיט טעראר און רשעות וואס זיינע מענטשן האבן געטאן פאר 25 יאר קעגן אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן. ‎​
 
וועגן די סובפינע קענסטו טענה'ן ביז מארגן, למעשה איז דער גוי געקומען סערווירן די פאפירן פארוועם? פאר משה גבאי? פאר שלום יוסף דייטש? ער איז צוגעקומען ווייל ער האט געוואלט סערווירן פאפירן פארן ברך משה, נישט קיין נפק"מ וואס דארט איז געשטאנען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2012 23:06 לינק ישיר 

וועגן ארי' לייב גלאנץ'ס נואפות לאמיר בעסער נישט אריינגיין אין פרטים וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2012 19:29 לינק ישיר 

טאטעלע כתב:
אויב נעם מיר אן אז יש שליח לדבר עבירה, און די צען בחורים ארעסטירט גייט כביכול אויף ר' זלמן לייב'ס קרעדיט, בוסטו אויף גרויסע צרות ווייל אויף דעם ר' אהרן'ס פיקל איז דעמאלס דא בערג מיט טעראר און רשעות וואס זיינע מענטשן האבן געטאן פאר 25 יאר קעגן אנדערע מענטשן וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן. ‎​
 
וועגן די סובפינע קענסטו טענה'ן ביז מארגן, למעשה איז דער גוי געקומען סערווירן די פאפירן פארוועם? פאר משה גבאי? פאר שלום יוסף דייטש? ער איז צוגעקומען ווייל ער האט געוואלט סערווירן פאפירן פארן ברך משה, נישט קיין נפק"מ וואס דארט איז געשטאנען!


אויב מיר נעמען אן "יש שליח לדבר עבירה" איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל א מוסר ישראל לעכו"ם, און א גרויסער עבריין. יא זיין ברידער איז נאך א גרעסערע שייגעץ...

ביזטו מסכים צו מאכן דיין רבי'ן פאר א שייגעץ, ווייל דיין רבי'ס ברודער איז א גרעסערע שייגעץ?

צווייטנס: ווען דער ברך משה רעאגירט נישט צו די סובפינע. כלא היה. וואלט גארנישט פאסירט מיט אים. מ'וואלט העכסטנס אריינגעלייגט נאך א מענטש דארט. וואס איז די גרויסע פארברעכן.

מאכסט זיך צונאר מיט'ן שרייען רופן א טאטע אין קאורט.
ווייל הגה"ק מהרז"ל האט געשיקט אן הזמנה לדין תורה, און ווען מ'האט אים געזאגט אז מ'איז מסכים צו גיין, איז ער שנעל ארויסגעלאפן.

דאס געדענק איר נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעם היסטארישן אינטערוויא מיטן הגה"ק, הרא"ט אין זיין גירסה דינקותא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext